Mannheim
Compact Memory

Literarishe bleter · 1927-12-02 · 48 (2.12.1927) · p. Seite 944

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Literarishe bleter
Volume
3 (1927)
Issue
48 (2.12.1927)
Date
1927-12-02
Page
Seite 944 (sequence 16)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
72% known words query
IRI
…/4795427-8774843-8800944--02827-4798107
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

48 זא ליסןרןריון נלזוער 944 ל. רעזניק (.סאמעט׳,, .״אין בלײכע אױםגעגאנגען׳) און א רײ יינגערע דיכטער: מ. כאשטשעװאבקי (,דוןרשט, ,הארטע װארי) אקסלראד^ (,באםל׳), ש. האלקין (,לידער׳). א. װעלעדניבקי (.לײטערניש׳), א. קאהאן (.קרבן׳), א. ראדין (,הערןןאיק׳. ״פין צװײ קװאלן׳), ש. ראםין (,שיין׳), מ. שאפירא (.סארטאג׳), א. שויכעט (,אנגריף׳) און דער פאםולערער, באליבטער איצס ױנגער דיכטער איזי כאריק (.ציטער׳,' ,אויף דער ערד״). דער צעטל איז װײט נישס קײן פולער. מען דארף נאך ציגעבן אהער די עסלעכע עלטערע ײדישע דיכטער, װאס בא־ מיען צוצוםאסן זיך צו דעם סטיל און כאראקסער פין דער ראסנפארבאנד־דיכטונג. דאס זענען א. װיעװיארקע. משה טײטש און דער דיכטער־פויקער חײם גילדין. אט די דיכטער־ מיטלויפער .םטארען׳ זיך איבערצויאגן אין זײער ,פראלעטא־ רישקײט״ און .סאװעטישקײט״ די אלע ײדישע דיכטער. און אויב די יונגע און יונגערע פארמאגן אן א שיער ערלעכע אוממיטלבארקײט, באגײםטערסע אויפריכטיקײט און יוגנטלעכע ברימיטיװקײס, זענען זןט די עלטערע סתס פראזן־דרעשער אין מוראדיק לינק שבלינק. /\1 אס די אלע ענדערונגען אין איבערװאנדלונגען אין דער ײדיש־סאװעטישער דיכטונג האבן געטרןןגן א מאסן־כאראקסער. און אין דעם איז באשטאנען זײער קראפט. װי אין דעם בא־ קאנטן משל מיט די אײנציקע ריטלעך אין מיט דעם גאנצן בעזעם. אײנציקע ריטלעך זענען שװאך, מען קאן זײ לײכט איבערברעכן, א םך אינאײנעם — זענען א בח. און באמת, װען אלע אינאײנעם האבן באזינגען דעם פראנט, װען אלע אין אײן קלאפ האבן אפגעזאגט א דיכטערישן .רבנן קדיש׳ נאך דעם שטעטל, װען אלע אין אײן קול האבן אויםגעבטלט אלע װיםטע חלומות אויף גאר דער װעלט (אויסער ראטן־רוםלאנד) און אלע מיטאמאל האבן זיך געגעבן א קערעװע צו דער ערד, צום נײעם ײדן אויף נײער ערד, — האט עס אימפאנירט, גע• װירקט, גענומען. ם׳האט זיך געשאפן אזוי־ארום אן ענגע פאר• בינדונג און קאנטאקט צװישן דעם ײדישן דיכסער און דער ײדיש־סאװעטישער געזעלשאפטלעכקײט. דער דיכטער איז ארײנ■ געפלאכטן געװארן אין װירקלעכן לעבן, מיטגעריםן געװען םון די נצחונות און מסלות, אויפגענומען די אויסשטײגן און >ן■- שטײגן אינם קאכעדיקן לעבן. ער איז ארײנגעגלידערט געװזןרן אין דעם רעאלן גאנג פון לעבן, װי דער פאליםיקער, װי דער פובליציסט, װי דער פארטײ־סוער. דער דיכטער נעםס אויף זײן שסײגער אן אקטיװן אנטײל אין די װיכסיקםטע געשעענישן, און די אלע סאװעטישע טואונגען װערן באגלײט מים פײערלעך־ באגײםטערטע ןןדער צארנדיק־שילטנדיקע לידער. כמעט אלע ײדישע דיכטער אין ראטנפארבאנד האבן געזינדיקס מיט טןןג־ ריפמען, אבער אט די זינד האבן זײ מכפר געװען מיט דער ענגער סארבינדונג סיטן רעאלן לעבן. אזוי איז עם מיט דער ײדישער דיכטונג אין ראטנפאר־ באנד. םיט דער ײדישער קינססלערישער סרןזע אין ראסן־ רוסלאנד האלט עס גאר שלעכס. ךי דןןרטיקע סראזע קןןן נאך אלץ נישט ארױף אויף דעם ברײטן קינססלערישן װענ. צוריק מיט עטלעכע יאר האט מען אלץ סארענטםערט, אז װען דןןם לעבן האט אזא שנעלן טעמפא, װען עס ברױזן און ס׳קןןכן לעבנם־ געשעענישן, געהערט דאם װארט דעם זינגער, דעם דיכטער, װעלכער כאפט־אױף םאמענטאלע אנרעגונגען און אויפרעגונגען. דאס לעבן ןןבער איז שוין מער־װײניקער ארײן אין די ברעגן, ס׳הײבט זיך ןןן אויםבילדן א נײער לעבנס־שסײגער, אין דעי י א נײע גרופע, װאם איז באהערשס מיט דעם נײעם אימפעט און באגײסםערונג צו שיצן־שטיצן דאם לאנד. פון אלע זײטן לויערן שונאים, און דער דיכטער טראגט דעם עול באגלײך מיט די פאליטישע טוער. עס קומען דאן די דיכטער א. קוש־ ניראװ, א. פעפער, ע. פינינבערג, מ. כאשםשעװאצקי א. א. אין דער דיכטונג פון דער פרילינגם־רעװאלוציע איז געװען א פרײ און פרײדיק געזאנג, אן זארגן און לאסטן. דאן איז דער דיכטער געשטאנען .בײ װעגן׳ (ד. האסשטײן), אויף ,שװעלן׳ (פרץ מארקיש), און בכלל זענען עס געװען ,יונגע טריט׳ (ל. קװיסקא). די לידער אינם דריטן פעריאד זענען שוין נישס סתם געזאנג, נאר עם זענען לידער געבונדן מיט קאנקרעטע לאזונגען און קלארן װילן. אײניקע דיכטער האבן אלײן גענו־ מען די ביקס אין האנט, געװען אין שפאן פון קריג. און זיי־ ערע לידער זענען געװען באגלײט־מארשן צום קאמף, מאנונגען־ רופן צו שטײן מיט לײב און לעבן פאר דער פרײהײט. שאלן־ קנאלן פון רעװאלװערן, ביקםן און הארמאטן, ארײנגעפלאכטן אין ײדישע גראמען. ײדישע פערזן. עסלעכע יאר האט אנגע■ האלטן אין ראסנםארבאנד אט די שלאג־דיכטונג, װאס איז בכלל גאר אן אומגעריכט נײעס אין דער ײדישער ליטעראטור. עס גײען אװעק די קרינם־יארן. דאס לעבן נעמט אן נ^רמאלערע פארמען. אויס געראנגל, אױס פראנס, אויס קריג. ם׳קומט דער פעריאד פון אויפבױען חורבות, פון אײנשטעלן נארמאלע באדינגונגען. פון פראדוקטיװער ארבעט. עס װאקסט אונטער א ױנגער דור אין דער נײער סביבה, אן דער רײכער ירושה פון אמאל, און >ןן דער שװערער לאסט פון אמאל. און אט די אלע נײע דיכטער [פארמאגן נײע מאטיװן, נײע סענער. אויף זײער שאפן רוט שױן דאס גליק, די צופרידנקײט, די פרײד פון רו, פון בױען. צװישן די נײע דיכסער זענען די װיכסיקסטע איזי כאריק, ח. לעװין. מ. טײף א. א. זײ צו־ זאמען מיט די פריערדיקע זענען שוין די מיטגײער, מיטהעלפער און באגלײטער פון די אויפגאבן. לאזונגען, מאנונגען, װאס װערן דיקסירט דורך די פאליטיש־ןןנפירנדיקע קרײזן. זײ קלא־ מערן זיך, די ײדישע דיכטער, אן דעם געבאט פון דער שעה, זײ באמיען זיך אויסצודריקן, װי שטארקער און פולער, די לןזונגען םון דער פארטײ. זײ דערגאנצן, פארענדיקן אין זײ־ ערע לידער דעם .נעשה ונשמע׳, װאס לאזט זיך הערן אין ײדישן ראטנפארבאנד. שלײדערט אױף זיך די ײדישע דיכטונג לאסטן פון טאג, איז זי זײער עמפינדלעך צו די אלע געשע־ ענישן־פאסירונגען. װאס רירן אן די ראטן-מאכט. איז זי, די דיכסונג, שטארק אקטועל, רעאל, אבער נישט אלעמןןל קינםט• לעריש־דיכטעריש. זי האט נישט באװיזן אװעקגײן שטארק װײ־ סער סון פאליטישע לאזונגען, און נישט־םיל םון די דיכטערי־ שע שאפונגען װעלן האבן דעריבער״אריכת־ימים״. צופיל זענען זײ פארבינדונגען מיטן מאמענט, און מיטן מאמענט שטארבן זײאפ. אבער װי עס איז — די ײדישע דיכטונג אין ראטנםאר■ באנד פארנעמט א חשובן ארס אינם דארטיקן ײדישן קולסור־ שאםן, זי האט באוױזן אויםצורודערן דעם ײדישן פערז, אנ־ געםילט אים מיט א נײעם קלאנג און מיט א נײעם אינהאלט. עם זענען דערשינען א רײ לידער־זאמלונגען, גרעסערע און קלענערע, װאס טראגן אויף זיך דעם צײכן פון דער צײט, פון דער סביבה. סון די נײע לעבנם־סיטואציעס אין ראטנפאר־ באנד. בלויז דער צעטל פון די נײע דיכסער מיט זײערע לידער־זאמלונגען זןגס שוין אױך פיל. אט זענען די װיכטיקסטע: א. קושניראװ (א ביכל לידער .װענט׳), ע. פינינבערג (.ןןטעם״, ,לידער׳). איציק פעםער (״שםענער׳, .װעגן זיך און אזויגע װי איך׳, ״פרןסטע טריט׳. ״א שטײן צו א שטײן׳),

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.