Literarishe bleter
- Journal
- Literarishe bleter
- Volume
- 3 (1927)
- Issue
- 48 (2.12.1927)
- Date
- 1927-12-02
- Page
- Seite 939 (sequence 11)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 75% known words query
- IRI
…/4795427-8774843-8800944--02822-4798102- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
939 ל־־טערארישע בלעםער 48 זא קאטערינע האט נישט געענטפערט, טרערן האבן מיטאמאל ןןנגעהױבן אנסילן אירע אויגן און דערנאך אומגערעכטערהײט א גאס געטון ױך דורך די ברעמען אױף די הענט. און זי האט די אויגן נישט געװישט, נאר םון די הענט מיטן ארבל אראפגעװישט די טרערן. — נו װאס ביסטו אזוי צעטראגן... מ׳װעט אױסקומען, װי עם איז — הוןט געזאגט אנדרײ און א קוק טוענדיק אין פענםטער בוגעגעבן — אט גײט זי, מ׳רוםט איר אויך קאטע רינע... קאטיע, װיש אויס די אױגן, נישט גוט... איך האב איר װעגן דיר געזאגט... קאטערינע האט געהארכזאם, אײלנדיק אויסגעװישט די אויגן. זי האס געריכט זיך צו דערזען א פרוי א היבשע. מיט װײסע גראבע עלנבויגנס און ברוסטן, א םרישע מיט א װײסער ןיורה, אן אפגעפרעסענע אויף גרינגן ברויט, אויף אירע 500— 400 רובל. אין דער צײט. װען זי איז אויםגעדארט און אויס־ געקװארט געױוזרן. קארמענדיק און האדעװנדיק זײנע קינדער. אראפנעמענדיק דעם קארן םון פעלד. די הענם זענען געװארן, װי א טארטקע, סארברענטע־ די עלנבױגן, װעלכע זענען אמאל געװען קלאר און קײלעכדיק, זענען געװארן פארשארפט, און װידער האט א ברענענדיקע אײפערזיכטיקע שנאה זיך א שלײ־ דער געטון אין איר, _ װי א םינםטערע כװאליע פון הארבן ביזן קאפ. נאר אין דער צײט איז אין בימער ארײן א דינינקע. דארינקע מײדל, אין א װײסער בלוזקעלע, אין א קורצבלאען קלײדל, אין געלע צעטרןןטענע טוםליעס. די בלאנדע האר זע נען געװען אפגעשארן, װי בײ א ױנגל און זײ האבן זיך נאר געהאלטן מיטן קײלעכדיקן קעמל. זי איז ארײן און םון אומגעריכטקײט אפגעשטעלט זיך מיט א בינטל פאפיר אויפן שװעל. — גאסענױ — האט א קלער געטון קאטערינע — װןןס האט ער אזוינס אין איר געסינעןי דער פארנט, װי א ברעטל, און קײן הינטן איז אויך נישטא. — קאטיע, מיר האבן געסט — האט אנדרײ געזאגט זעענדיק, װי זי שטײט עפעס נישט אנםשלאסן, װי זי װאלט װעלן עפעס פרעגן — קאטערינישקע איז געקומען. קאטיע הןןט זיך אין םארלעגנהײט םאררויטלט, א שמײכל געטון און דערלאנגט דער אורחסע א דארע, נישט קײן פאר־ ברענטע האנט. — און איך הןןב זיך נישט אנגעשטױסן גלײך — האט זי געזןןגט און װידער אמאל עפעס אזוי, װי שולדיק און גלײכצײטיק צערטלעך, א שמײכל געטון. און גלײך, כאפנדיק זיך, צוגעגעבן: םון װעג מוזט איר געװיס װעלן עסןד — איך האב געזאגט דער באלעבאםםע, זי זאל שטעלן דעם סאסאװאר, — האט זיך $נגערוסן אנדרײ. — נו, דאס איז װויל. איך בין נאר װאס פון אנשטאלט,— האט קאטיע זיך געװענדעט צו קאטעריבען. זי האט פארבײגײ־ ענדיק ארײנגעקוקט אין האנטשפיגעלע. װןןס איז געהאגגען אויפן װאנט נעבן די האנטעכער, םארריכט די האר און אװעק הינטערן װענטל. קאטערינע איז אלץ אין פארלעגנהײט געזעסן א־ן מיטן צימער אויסן זעלביקן שטול, אױף װעלכן זי האט זיך געזעגט. װען זי איז ארײן. זי האט נישט געװוסט, װעגן װאס צו רעדן און װי צו האלטן זיך מיטן מאן, אז דא אונטערן װענטל איז געװען יענע... זײן װײב. בײ איר האט זיך נןןר קעגן אײגע• נעם װילן ארױסגעכאפט: און קאטערינע האט זיך אין סארלעגנהײט צוגעזעצט אויםן ערשטן שטול, װאס זי האט דערזען שטײן אין מיטן ציםער, און מיטן קלומיקל אין האנט גענומען באטראכטן דעם צימער, זוכנדיק מיס דורשטיקע אויגן שפורן פון י ע נ ע ר , םון דער צװײטער.. און מיטאמןןל האט זי דערזען אן אלטינק שטרויען היטעלע אויםן אלמער... ױ האט אויף גיך אפגעקערט דעם קאפ. אנררײ זאל נישט באמערקן, אז זי האט דערזען דאס היטעלע. — נו, אט װעלן מיר באלד טײ טרינקען — האט געזאגט אנדרײ און גענומען אױפקלײבן פון עס־טיש די צײטונגען און פאפירן. קאטערינע האט פלוצלונג דערםילט, אז זי װײסט נישט פון װאס צו רעדן מיט אים, עס זאל נישט זײן קײן שטיל־ שװײגן, און אין דער שװײגעניש הןןט זיך שרעקלעכער םון אלץ געשפירט, אז צװישן זײ ליגט עפעס אזוינס, װעגן װאס נישם ױ, נישט ער האבן נאך קײן װןןרט נישט געזאגט. װען זײ הןןבן געלעבט אינדערהײם, האבך זײ יעדן טאג גערעדט װעגן אײן זאך, װעגן דער בהמה, װעגן די יאטן(דרײ זענען זײ), װעגן שלעכטן װעטער. זי הןןט ױך איצט געםטא־ רעט מיט אלע בוחות זאגן אים עפעס, נאר זי האט גארנישט נישט געקאנט געםינען. דערנאך הןוט זי פלוצלונג זיך דערמאנט אן דער_בהמה און זיך דערפרײט... — אונזער ליסקע האט זיך אנוםלטן אפגעקעלבט... א טײער קעלבל האט זי געהאם, אינגאנצן — זי... — און בײ די װערטער ״אונזער ליסקע* האט זי נישם װילנדיק דערראנט זיך ןזן דעם שטרױענעם היטעלע און א קוק געטון. און מיט הארצקלאפעניש האט זי געװארט. װאם װעט זאגן אנדרײ. — אינגאנצן—זיז-האט מעכאניש איבערגעםרעגט אנדרײ. ער הןןט אפנים װעגן עפעס געקלערט נאך אלץ צוקלײבנדיק די צײטונגען םון טיש און אויפלײגנדיק ױי אויםן עטאזשערקע. און פלוצלונג, שוין מיט אן אנדער אויסדרוק, א קוק געטון אויף דעם װײב, װי ער װאלט באשלאסן זאגן איר זײער א װיכטיקע זאך. די שרעקלעכע מינוט איז אנגעקומען... — קאטױשא.—האט אנדרײ געזאגט, קוקנדיק נישט אױף דעם װײב, נאר אין פענסטער, — איך האבי דיר נישט גע־ שריבן, װײל מ׳דארף עם נישט... איך װױן ד$ נישט אלײן, נאר מיט א חברטע... א םײדל איז זי — א װוילע, אן ערלע־ כע... זי דארף באלד קוםען פון שטןןט, םון איר שסעלע. זע, באלײדיק זיך נישט. מיט םרויען האב איך זיך נישט ארומגע־ שלעפמ. נאר... אז ס׳האט זיך געמאכט... בין איך זיך ערלעך צענויפגעגאנגען... דאם איז גאר... קאטערינע האט שװײגנדיק געקוקס אויף אים, נישט פינט־ לענדיק מיט די אויגן, נאר אין האלז האט איר געצופט סון אראפגעשלונגענעם שפײעכץ. אט דא װאלט זי אײגנטלעך באדארפט אױפשפרינגען. אראפשמײסן דאס טיכל פון קאפ, אויםרײסן בײ זיך א הויםן האר און צעשרײען זיך, װי א משוגענע פון װײטאק און צרות. אין דערנאך ברעכן די שויבן. נאר אנשטןןט דעם, הןןט זי, אלײן נישט װיסנדיק סאר־ װאס, בלױז שטיל געזאגט: — און װי זןןל עס איצט זײן מיט מירז? — װי דו האסט געלעבט, װעסטו װײטער לעבן — האט אנדרײ געזאגט: — געלט װעל איך שיקן, צום אראפנעמען פון פעלד װעל איך קוםען אונטערהעלפן.