Literarishe bleter
- Journal
- Literarishe bleter
- Volume
- 3 (1927)
- Issue
- 43 (28.10.1927)
- Date
- 1927-10-28
- Page
- Seite 830 (sequence 2)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 80% known words query
- IRI
…/4795427-8774843-8800938--02708-4797993- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
43 תא ליטערארישע בלעטער 830 בענקט שוין נאך אזא ערנסטן זשורנאל—און שוין צײט אוים־ צוהערן בעסלען אײנער בײם צױײטן מאטעריאל אן האנארארן. דער זשירנאל דארף באלוינען, און גוט באלוינען פאר ליטע־ רארישע ארבעטן. דאס ערשטע יאר, ביז דער זשורנאל װעט זיך אײנביר■ גערן און געװינען דעם גוטרױ און פאפולאריטעט פון ײדישן ערנסטן לעזער אין דער גאנצער װעלט, װעס מען מוזן זנו־ לײגן—אבער מיט דער צײמ װעט ער זיך אײנװארצלען, װערן אײגן. איז דאך פאר מלחמה די װילנער ״ײדישע װעלסי גע־ גאנגען אין 7—6 טויזנט עקזעמפל. און געלט דערויףז—א חרפה גאר צו רעדן װעגן דעם. יעדער מינדעסטע װאל־קאמפאניע פון קלענםטן פארטײעלע אין פוילן, װאס האט דעם גװעק דורכגופירן (און פירט אפט נישט דורך) א דעפוטאט אדעד אפילו א ראטמאן אין א שסאט־ראט קאסטן אפ דער ײד. געזעלשאפט טויזנטער דאלארן—שוין־זשע װען אלע ײדישע 'שריפטשטעלער װעלן דארפן אן הלואה פון עטלעכע צענדליק טויזנט דאלאר, פאר א גענטראל־ ארגאן פון דער ײדישער ליטעראטור, װעלן זײ נישט באקומען פון דער ײד. געזעלשאפט דאס, װאם מען גיט אוים אויף דער מינדעסטער װאל־קאמפאניען אט האבן דאך באװיזן עטלעכע װיםנשאפטלער אויפצו־ שטעלן דעם ײד. װיםנשאפטלעכן אינסטיטוט אין װילנע, װאס האס װינציקער געהאט שאנסן צו װערן אזוי פאפולער און געװינען צוטרוי און אינטערעם בײם ברײטערן עולם—און דאך איז דורך א גאנץ קורצער צײט שוין אזוי פיל אויפגעטון גע־ װארן און מען האלט אין אויפטון. מען דארף אנהויבן טון און מיר װעלן געװים דערגרײכן זאלן די װערטער נישט בלײבן בלויז א גוטער װונטש, — נאר זאל מען צוטרעטן צו דער ארבעט און מיר װעלן בא־ געגענען אומעטום סימפאטיע און הילף. אלע, װעמען עם איז טײער די ײדישע שפראך, ליטערא־ טור און קולטור—צו דער ארבעט: ײדישע שרײבער פון אלע לענדער פארײניקס אײך• קאן אונזער ליטעראסור זײן• אלע צוזאםען זענען מיר עפעס יעדער באזונדער — גארנישט. מיר מוזן זיך ארגאניזירן. א קאנגרעס אדער א קאנפע- רענץ פון ײדישע שריפטשטעלער פון אלע לענדער מוז צונויפ־ גערופן װערן. פונקס װי די טשערנאױיצער קאנפערענץ האט ארגאניזירט ײדיש, אזוי דארף רער קאנגרעס פון ײדישע שרײ־ בער זײן דער גרונדשסײן פאר דער אײנהײםלעכקײט פון דעד ײדישער ליטעראטור, שטארקן זי, ארגאניזירן זי. אלץ, װאס איז גוט און טאלאנטפול, פון װאםער ארט און צד עס זאל נישט קומען — איז אינזערס, אלץ, װאס איז שלעכט, װארפן מיר אפ: די ײדישע ליטעראסור איז פאר די לעצטע יארן אויס־ געװאקםן. מיר האבן א גרויסע איבערזעצונגס־ליטעראטור. מיר האבן א גרויסע פרעסע. אין ײדישן לעבן זענען דורך דעם לעצטן צענדליק יאר א םך נײע קולטור־פאזיציעס צוגעקומען— װעגן זײער פ־ל איז דא זיך צונויפצורעדן, קלאר צו מאכן, אויפקלערן. דערנענטערן. די גאנצע צײט רעדט מען אלץ פאר אונז. שוין צײם מיר זאלן אלײן רעדן פאר זיך. אזא קאנגרעם װעט האבן אויך א גרויסע מאראלישע באדײטונג. נאך דעם װי מיר װעלן שאפן די דערנענטערונג צװישן זיך, װעלן מיר קאנען שאפן די דערנענטערונג צװישן זיך און דער װעלט. צװישן זיך און דער ײדישער פרעםע, צװישן זיך און דעם ײדישן לעזער, צװישן לאנד און לאנד: גלײך מיטן קאנגרעס דארף געשאפן װערן דער גרויםער ײדישער זשורנאל. דער רעפרעזענטאנץ־זשורנאל פון דער גאנ־ צער ײד. ליטעראסיר. א זשורנאל, אין װעלכן עם זאל זיך געפינען דאס בעססע און חשובםסע, װאס װערט געשאפן אין ײדיש. אן אונסערשיד פון לאנד און ארט. דער דאזיקער זשורנאל װעט זײן דער צעמענט, װאס װעט פארײניקן אונז.—מיר טארן מער נישט פטרן צײט אויף די אלע קלײנע ארטיקע זשורנאלעכלעך, װאם ברענגען גאר־ נישט, א חוץ קלײנלעכקײס און פערזענלעכע ארומרײסענישן — א צענטראל-ארגאן דארפן מיר שאפן. דער ײדישער לעזער לידיא פאטאצקאס גאםטשפילן אין ווארשע ״צװישן פרעמדע״, פיעםע פון טשעפקינא־קופערניק דז• גאלסװארטי באװוסטער ןננלישןר דרא• םאשודנ-צו די ת־יןהוננע, סון י- זיין 60 ססן גןבױין־םאנ לירי• ■אסאצקס (זשןנו•) ־י־ \ ש.ןל*נרױ (פ־ישס .דאלאצקי)