Literarishe bleter
- Journal
- Literarishe bleter
- Volume
- 3 (1927)
- Issue
- 40 (7.10.1927)
- Date
- 1927-10-07
- Page
- Seite 777 (sequence 5)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 77% known words query
- IRI
…/4795427-8774843-8800936--02653-4797940- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
777 ליטערארישע בלעטער 40 זא קאנען אויםלײזן. בקיגור: אז ער, דעד משיח, מוז דורכגײן פריער דורך ,נוקבא דתהומא רבא׳ — ד א ר ט, ליבער ד׳ר י. שיפער, דארף מען גײן זוכן דעם אמתן שליסל צו דער ײדישער ״רעליגיעזער בלאססעמיע׳, צו דער ײדישער ר ע ל י■ ג י ע ז ע ר, איבער־רעליגיעזער אפיקורסות, צו דער זינד לשם אמונר״ װאס כאראקטעריזירט דעם תוך םון דעם ײדישן משיח׳ השקרטום. און װעט געפינען װערן דער שליסל — װעט מען אפשר נישט אװעקפברן אזוינע זאכן מיס ריזיקאלישע באצײכענונגען, װי: שװינדל, דעגענעראציע און פאטו^לאגיע. מען װעט זיך אפשר ערנסט פארטראכטן איבער דער שרעקלעכער טראגעדיע פון יענע אלע פארבלאנדזשעטע. אבער גאולה• דורשטיקע מענטשן, װעלכע האבן געזוכט אן אויסגאנג, ט י ר ן צ ו ג א ט, און האבן געפונען בלויז — א נײע פינםטערע װאנט, אן װע^כער עס זענען צעבראכן געױארן זײערע קעפ און הערצער. װער־װער — נאר גראד אזוינע פארשער, װי ד״ר י• שיפער. װאלטן געדארסט און געמעגס א סוף מאכן צו דעם אנגענומעזעם, ראציאנאליססיש או־בערפלעכלעכן קוק אויף דער שבתי־צבי־עפאכע און אירע נאך־דערשײנונגען. אםת, ײדן װעלן קײנמאל נישט מוחל־זײן פדאנקן אין זײנע ת״מידים די מיאוסע עלילת־דםיהעצע, — א זאך, װאס לאזט זיך נישט בארעכטיקן און אויםטײסשן בשום־אופן. און קלאר איז אויך, אז פון רײן־ײדישן קוק זענען די שבתי־צביניקעכ און די םראנקיםטן אפגעריסענע צװײגן פונם מעכטיקן אור ײדישן צעדער, װאס װאקסט דירך די יאר טויזנטער און שלאגט-אפ אלע דונערן. אבער אז אויך אויף י ע נ ע צװײגן איז געװען די נעסט פון אדלערס - דאס טארן מיר, שוין פשוט אלס מענטשן. נישט פארגעסן אפילו א רגע: קײן אנדער צוטריט איז נישט מעגלעך, אויב מיר װילן זײן גערעכט און אויב אונזער ציל איז צו דערקענען נישט אזוי די דײטלען־דרויםנדיקע פארמען אין צופעליקע לבושים. װי די באהאלטענע נשמה און דעט קערנדיקן תוך פון גע שיכטלעכע דעי־שײנונגען. ראציאנאליסטישער צוטריט איז אויםן ארט אין יענער טאג־טעגלעכקײט, װאס פאדערט פון אונו די אנשטרענגונג פון דער ״פראקטישער פארנונפט׳. דאם ארט פין ראציאנאליםטישן אויססײטש איז דארד, װו ם׳הערשן די נישט געשיכטלעכע נארםען פונם מאמענט. אין קונסט, װי אין געשיכטע, מוזן די בעסערע זוכן צוזאמענהאנגען נישט אויף די אומװעגן פין שכל הישר, נאר אויפן װעג פון ארײנלעבן זיך אינם סאמע מיטן הארץ פון דערשײנונגען. און װאס זענען דערשײנונגען אין ארט און צײט אויב נישט סימבאלן פינאנדערגעשטעלטע איבער די װינקעלעך סון די װעלטןי די װעלטן זענען ארומגעשסעלט מיט סימבאלן, װי מיט סטאטוען. דער נאמען פונם קאסמאס איז: סימבאליקאן. אין װער סיװיל דערגײן און דערגרונטעװען צוזאמענהאנגען, — צי איז ער קינםטלער, צי איז ער היסטאריקער, — דער מוז די צוזאמענהאנגען באטראכטן נישט מיט צװײ אויגן, נאר מ י ט ן דריטן אויג, װאם זעט צום לעצט — און זעט צום בעסטן. אויך פראנק איז געװען נישט מער, װי אײנער פון יענע סיל דעגענערירטע שװינדלער און גלויבן־הענדלער,—דאס איז שוין רײן-געשיכטלעך, לױט מײן מײנונג. נישט אויסגעהאלטן און נישט נאכגעװיזן. נעמט. למשל, דאם רײן־עראטישע אפילו. בעת יענע זענען סתם עראטאמאנען, — איז גראד די פראנקישע עראטאמאניע א פועל־יוצא פון דער גאנצער שבתי־צביאישער מיסטיק און איז, דעריבער. נישט קײן רעזולטאט פון הפקרדיקן שװינדל, נאר — פון סעקטאנטישן גלויבן, פון א געװיסן אמונה־םיםטעם, פון אן אײנענעם צוגאנג צו די ערשטע און לעצטע זאכן. אז פראנק איז נישט געװען םתם סאדיסט, גלאט שװינד• לער און בלויז עראטאמאן; אז פראנק האט געהאט פאר זיך װ ע ל ט ן, װאס ער האט געזוכט — אויף זײן שטײגער — אײנצונעמען, אז דער מענטש האט בײ זײן שאטנדיקײט א־ן בײ אלע זײנע פינסטערקײטן געהאט שװונג אין יענע דיכטײר• קראסס, װאס דערלאנגט צו די גרעניצן פון געניאליטעט, — דערויף זאגן עדות זײנע געדאנקעףבילדער, װאס װערן גע• בראכס דא און דארט סאקע בײ קרויזהארן גופא, — בײם װויל־געלערנטן, זײער געװיםנהאפטיקן, נאר שרעקלעך־אויבנ• אויפיקן אין פסיכיש־פרעמדן קרויזהארן. מ׳מעג באדויערן, װאם קרויזהאר האט נישט געפונען פאר נויטיק צו פארעפנטלעכן װי זי גײט און שטײט די ג א נ צ ע פראנקיסטישע מאנוסקריפטן־ירישד״ װאס איז געװען אין זײן רשות. הינטער די אלע פארשלײערטע בילרער אין פאראבאלן, הינמער די אלע, פ א ר ניצשען ניצשעאנישע, תורות, בליץ װערטער און נחש־הקדמון־געדאנקען, הינטער די אלע, אפט פיבערדיק־מטושסשע, װי דזשאנגל־װאלד פארפלאנטערטע חלומות,— ציטערט ביז איצס די נשמה פין אײנעם, װאס האט, אויף זײן שטײגער, זיך געריסן צו דער זאך פין אויסלײזונג, װי ס׳רײסס זיך צום שטורם אן אדלער, איז אבער פארפלאנ• סערט געװארן אין נעצן נישט צום ארויםגײן און איז פאר• גאנגען אן אן עכא איבערן קאפ פון דער װעלט. כ׳װעל מיך נישט אפשטעלן רא אויף סראנקס ״רעליגיע אויף דער לינקער זײט•. אויף דעם כאאם אין די בליצן פון זײנע תורות. א ביםל האב איך עס שוין געפרוװס צו טון אין א העברעישן ארטיקל (״ספיחי־שבתאות״, געדרוקס אין.התקופה״), װו כ׳האכ, אגב, הויב־דיק פראנקן אלס דיכסער, אים דאך צו שטרענג — לויט מײן א י צ ט י ק ן קיק — באהאנדלט אלס מענטש. םײ ד׳״ר י. שיפער, דער היססאריקער, סײ ד*ר ז. ב כאװםקי, דער מעדיקער, האכן אבער גישט גענומען אין אכט יענע האלב־אומבאקאנטע ערטער אינם .זוהר״, אויף װעלכע עס האבן זיך םומך-געװען די שבתי־צביניקעס פריער און די פראנקיםסן — דערנאך, גלויבנדיק, אז זײ יענע .זוהר״־שטעלן, װײזן א נײעם, נישט־געװעזענעם און נאך נישס אויםגעפרוװטן װעג צו אויסלײז פון די װעלטן. די צעשרויפטע עראטישע זינדיקײט פון די סעקטאנכן אונזערע נעמט זיך נישט סתם פון משוגע־געװארענעם יצר הרע — זי קומט סון ערגעץ אנדערש, זי שטראמט״ארוים פון גלויבונגען און פון ברענענדיקן דארשט צו פארגיכערן די גאולה נישט נאר מיט לעגאלע. אנגענומענע. עטישע מיטלען. נאר אױך מיט מיטלען נישט עטישע און א נ ט י עטישע. אין אזױנע שטעלן, למשל, פונם ״זוהר״, װי יענע, װו עס װערט געזאגט אז דער אמתער משיח װעט םוזן דורכגײן אלע טויערן פון טומאה, אלע װעלטן פון קליפה, און ערשט דאן װעט ער