Mannheim
Compact Memory

Literarishe bleter · 1927-10-07 · 40 (7.10.1927) · p. Seite 776

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Literarishe bleter
Volume
3 (1927)
Issue
40 (7.10.1927)
Date
1927-10-07
Page
Seite 776 (sequence 4)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
73% known words query
IRI
…/4795427-8774843-8800936--02652-4797939
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

40 זא ליטערארישע בלעטעו־ 776 ארטיקל אלם אויםגאנג צו די קומענדיקע באטראכטונגען. מען דארף ראשית־בל באמערקן. אז. װעלנדיק אויף דעם געװײנלעך־ראציאנאליסטישן דרך אויסטײטשן פראנקן און דעם פראנקיזם געפינט ד״ר י. שיפער געשיכסלעכן צוזאמענהאנג דארט, װו מען דארף גיכער זוכן דעם אונטערשײד און די נ י ש ט־ענלעכקײט. דערמיט זאל געזאגט װערן, אז מידארף נישט. — װי עס טוט פרײגט ד״ר שיפער אין זײן ארסיקל, — פארגלײכן פראנקן מיט די אדער יענע סעקסועל־קראנקע אװאנטוריסטן און צביעותדיקע מופתים־מאכערם פון יענער בײם אין פוילן און אין אנדערע לענדער. װײל גראד אזא פארגלײך פאר־ בארגט אין זיך דעם... היפוך: דעם ח י ל ו ק צװישן פראנקן און די דערמאנטע סתם אװאנטורניקעס. נישט אנדערש, אז די געשיכטלעכע צוזאמענהאנגען פונם פראנקיזם דארף מען זוכן אין ײדנטום גופא. און נישטאין װעלכע עס איז א׳לגעמײ־ נעצײט-ערשײנונגען פון דעמאלדיקן אײ• ר א פע• ערשט דאמאלט קאן מען זען פראנקן און ארײנדרינגען אינם תוך פון פראנקיזם. דער שליםל צו פראנקיזם לאזט זיך געפינען נאר דע־ מאלט, װען מען עפנט די טיר צו דער דערשײנונג ש ב ת י־ צני. פראנק איז געקומען נאך שבתי־צביען. ער קומט פון דער אטמאספערע פון די סאלאניקער שבתי־צביעניקעס (די אזויגערופענע ״דאנגעה׳) און איז אפשר דער ,עמיםאר םאר פוילן״ פון די דאזיקע םאלאניקער. פון די האפנונגען אויף תיבפדיקע גאולה האט דאם פאלק אלם גאנצעס זיך אפגעזאגט, כ-־דוע, באלד נאכדעם, װי שבתי־צבי האט אנגעטון דעם מאכמעדאנישן טורבאן. זײנע תלמידים אבער האבן די דאזיקע האפנונגען נישט םארלױרן אויך שפעטער און זײ האבן גענומען זוכן די גאולה פון ישראל און םון דער װעלט אויף טיפע, פארפלאנטערטע, אומ־ הײמלעכע װעגן, װאס קומען פאר װילד און קראנק פארן גע־ לערסן מעדיקער, װי פאר דעם בעל־מוסר און קולסור־מענסש. און פראנק איז גײםט פון שבתי־צביס גײסט. דער יסוד פון זײנע תורות איז גענומען פון םאלאניקי, כאטש ס׳איז צוגע־ מישט דערצו א היפש ביםל אײגנס, פראנקישעס. די אפיציעלע היסטאריקער אונזערע טײטשן־אויס די אלע געשיכטלעכע דערשײנונגען, װאס זענען געװען פארבונדן פריער מיט שבתי־צביאות און שפעטער מיטן פראנקיזם, אלם דערשײנונגען פון םתם דעגענעראציע, משוגעת, עראטאמ.ניע און אװאנטורע־דורשט. געװים איז דאס אלץ געװען אינם ײדישן משיח־השקרטום. ס׳איז אבער געװען חוץ דעם נאך עפעס,—און אט דעם עפעס װיל מען נישט זען. אט דער ,עפעס״, װאס איז דער תמצית פון דער זאך, האט גארנישס צו טון מיט די קונצן פון סתם אװאנטוריםטן און פאנטאזיע־פולע דעגענעראטן, מיט װעלכע ם־איז פול געװען דאם דאמאלסטיקע אײראפע און װעלכע האבן טונקעלע מעשים אפט צוגעדעקט פון אויבן מיטן מאנטל פון גלויבן און םון מופתיס. אבער זאגן צוזאמען מיט קרױזהארן (װעלכער האט געװיםנהאפט אנגעזאמלט א םך מאטעריאל, האט אבער דײ מינדםטע פארשטענדעניש נישט פאר דער עצם־דערשײנונג), אז רעגיסטראטאר, װי אנדערע, נאר פאנגט ארײס געשטאלטן און געשעענישן פון דער עברם פארשװומענע װאסערן, װארפט בריקן און פארשט צוזאמענהאנגען און נאך א ,חסרון׳ האט ער אלם היסטאריקער, א חסרון, װאס איז װידער א מעלה. ער איז (אין שײנעם זין פונם װארט) פובליציסט, האט זין פאר דאס אקטועלע — װאלט איך געזאגם — פון דער געשיכטלעכער פאסירונג, װארעמע געשעענישן פונם א מ א ל מיטן הײסן אטעס פונם ה ײ נ ט. ער זוכט נישט אין געשיכסע די סויטע דאטע, דעם אקטן־שטױב, דעם טריף־װאקסענעם חותם, — נאר די הײסע, ציטערדיקע שפורן פון פאלקם־לעבן און פאלקס־איבערלעבונגען, שטעלט זיך אפ מיס ליבע אויף דאס מינדסטע געשיכטלעכע נאכהענגעניש אין נאכשלעפעניש, מיט דער בונה צו מאכן דער־ פון א קאלירס ױסף־העמדעל. צו באדעקן דערמיט דעם עבר. דער דורכשניט־היסטאריקער איז אפט א ייד א קברן, װאס לעסטערט די מתים, אדער סתם א מצבה־קריצער, װעלכע האט ליב די מצבה, װאם ער קריצס, און האט קײן שום בא־ ציונג נישס צו די טויטע לעבנם א ו נ ט ע ר דער מצבה. דעד היסטאריקעד שיפער איז א מענטש א לעבעדיקער א געזעלשאפסלעך אקסױוער. און ער איז קײנמאל — צום גליק — נישט געגאנגען אויפן װעג פון יע־ נע קברות־לײט, די דורכשניטלעכע באשרײבער, פארשרײבער און איבערשרײבער פון געשיכט־עכע דאטן. קענטיק אבער, אז פון אײן זאך קאנען אויך א היסטאריקער פון ד׳ר שיפערס שטײגער נישט בלײבן פרײ: פון יענעם טיפישן ראציאנאלױם, װאס לײגט זיך. װי א בלײערנע משא אויפן רוקן םון דער ײדישער אינטעליגענץ. און נישט אנדעױש, אז דעריבער האט ער, — אין זײנס אן ארטיקל װעגן די געשיכטלעכע צוזאמענהאנגען פונם פראנ־ קיזם (אין ״מאמענט׳), - נישט דערהייבן זיך איבער יענעם אנגענומענעם געשיכטלעכן נוסח, װאס, בעת עס קומט צו דער שײנונגען פון אזא שניט, װי דער פראנקיזם. הײםט ער בא־ נוצן זיך מיט אזוינע גארנישט זאגנדיקע שלאג־װערטער, װי: דעגענעראט, אװאנטוריסט, שװינדלער — און דעסגלײכן. װעגן שיפערם ארטיקל לוינט זיך דא צו רעדן מכמה טעמים. עס איז, ױי שיפער מײזט נאן, געװארן 200 יאר זינט פראנקס געבוירן — ם׳איז. דעריבער. איצט א ױבילײ־יאר, און מען װאלט, כ׳לעבן, געמעגט אויסנוצן די דאזיקע געלעגנהײט אויף צו רעװידירן די ביז איצטיקע ששעלונג צו די אזויגע־ ריפענע משיחי־השקר אונזערע, צום משיח־השקרטום (װאס זײנע לעצטע טיפקײטן זענען נאך לחלוטין נישט אויסגעפארשטע) דאש ערשסנם. צװ־יטנס, א־ן דער ארטיקל כאראקטעריסטיש פאר דעם ראציאנאליםטישן צוגאנג אפילו מצד דענקנדיקע היסטאריקער צו ענינים בפירוש אירראציאנעלע. — דריטנס האט דער ענין־פראנק אויך אן אינטערעס א רײן קינסטלערישן, — א פרס, װאם מוז באקאנט זײן צו זײער װינציקע, — װײל ס׳איו ק ין םשק נישט, אז פראיק, דער ״סא־ דיסט״ און .פאראנאיקער׳, איז, א חוץ אן אויסטערלישע פער־ װערז־רעליגיעזע נאטור, געװען אויך אײנע פון די באגאבטםטע און פאנטאזיע־רײכסטע דיכטער־נאטורן, פערטנס (א רײן־סוב־ יעקטױוער מאטיװ) — צו דער דאזיקער פיגור ה$ב איך — נ י ש ס אלס היסטאריקער, חס־ושלום — פון היסטאריע בין איך װײט — א לאנגאניקע שװאכקײס (באװײז: א דראסע מיטן נאמען ,יעקב פראנק׳)... זאל דעריבער מיר, נ י ש ט היסטןןריקער, דערלויבס זײן צו נעמען ד״ר שיפערס דערמאנטן

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.