Mannheim
Compact Memory

Literarishe bleter · 1927-10-07 · 40 (7.10.1927) · p. Seite 774

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Literarishe bleter
Volume
3 (1927)
Issue
40 (7.10.1927)
Date
1927-10-07
Page
Seite 774 (sequence 2)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
77% known words query
IRI
…/4795427-8774843-8800936--02650-4797937
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

40 זא ל י ט ן ר? .ײ ז נ לן ס ו ר 774 מ. אלגינען זיך קאנצענטרירן אױף אט־דעם געביט. נאר כאטש מ. אלגין האט אפגעגעבן דעם גרעסטן טײל פון זײן ענערגיע דער ארבעטער־בא־ועגונג, דעם קלאסן־קאמף, מינדלעך און שריפט־ לעך, אין דרײ שפראכן: ײדיש. רוסיש און ענגליש, און א חוץ מאסן ארטיקלען און בראשורן, אויך צוזאמענגעשטעלט כרעסטא־ מאטיעס פאר ײדישע קינדער־שולן, געשריבן אין ענגליש בארימט־ געװארענע װערק איבער דער רוסישער רע־ואלוציע און דער רוםישער ליטעראטור, איבערזעצט איבער א צענדליק בעלעטרים־ טישע ביכער פון העברעיש. רוסיש, פויליש, דײטש און ענגליש און געשריבן מאסן ליטעראטור־קריטיקן, פון װעלכע א סײל איז ארויס אין א באזונדער בוך, האט ער דאך נאך געפונען צײט אנצושרײבן א פינף־זעקם ביכער בעלעטריסטיק. אזא פרוכטבאר־ קײט און פלײס קאנצענטרירט אױף דעם געביט פון בעלעטרים־ טיק אלײן, װאלט געװים געגעבן מ. אלגינען גאר א באדײטנ־ דיקן פלאץ צװישן די ײדישע דערצײלער, נאר מ. אלגין האט װעגן דעם גאר אן אנדער מײנונג. אין זײן פארװארט צו זײנע געשטאלטן און סצענעם אונטערן נאמען ״פון מײן טאג בוך״ (פארלאג ,פרײהײט״, ניו־ יארק 1926), דערקלערט מ. אלגין אזוי: ״די זאכן זענען געשריבן געװארן אין פארבינדונג מיט דעם אױטארס געזעלשאפטלעכער ארבעט, און װערן בײ אים גערעכנט פאר א טײל פון דער ארבעט. ליטעראטור איז. לויט זײן מײנונג, א מיטל צו ארגאניזירן מענטשן. און הגם ער האלט זיך נישט פאר קײן פראפעסיאנעלן דערצײלער, האט ער גע־ גלויבט, אז אײניקע פון זײנע בילדער און סצענעס װעלן העלפן ארגאניזירן די מחות פון ײדישע ארבעטער אין קאמף פאר מאכט״. ״דער אויטאר ציט אױך גישט קײן שארפע ליניע צװישן בעלעטריםטיק און אזא פובליציסטיק. װאס װיל רעדן צו דער פארשטעלונג־קראפט און געפיל״. זײנע לעצטע װערטער דערק״ערן אױך דעם גרויסן אײנ־ פלוס פון ז״ן, מ, אלגינס, פובליציסטיק. ער װענדט זיך ״צו דער פארשטעלונג־קראפט און געפיל״ פון זײנע לײענער און דערפאר געלינגט אים ארײנצודרינגען יזיף אין זײערע נשמות. אט־דער בעלעטריסטישער עלעמענט פון מ. אלגינס פובליציסטיק איז װארשײנלעך אױך צים סײל פאראנטװארטלעך פאר זײן אומפארגלײכלעכער מײסטערשאפט מסביר צו זײן דעם שװערסטן עגין אזוי לײכט, אז אפילו דערי סאמע־פראסטער מענטש קאן עס פארשטײן. אײנער פון די ניו־יארקער אינטעליגענטע ײדישע שריפט־ שטעלער, אלײן א טאלאנטפולער פאפולאריזאטאר, האט אמאל באמערקט. אז זײנער אן אײגענער געדאנק װערט בײ אים א סך קלערער. װען ער הערט עם אלגינען דערקלערן... און דאס האבן געקאנט זאגן אויך א סך אנדערע. מ. אלגינס פענאמענאלע פעיקײט צו דערקלערן לײכט, שבילעװדיק די פארפלאנטערטסטע און אבסטראקטסטע פראגן, װײזט זיך ארויס נישט בלויז אין זײן פובליציסטיק. נאר אויך אין זײן ליטעראטור־קריטיק. פראפ. סימקאװיטש, אין זײן פארװארט צו מ. אלגינס ענגליש בוך ״די נשמה פון דער רוסישער רעװאלוציע״, װײזט אן. אז די ליכטיקײט און פליסיקײט פון אלגינס סטיל איז נישט קײן סימן פון א נישט־װיםנשאפטלעכן אינהאלט. װײל מ. אלגין באזיצט די פעיקײט צו זײן פאפולער און גרונטלעך צוגלײך. י. די שפראך איז שײן און בילדלעך, און צוגלײך קלאר אין אײנפאך. יעדער זאץ קאן איבערגעזעצט װערן װערטלעך אין יעדער ציװיליזירטער שפדאך און דאך איז זי דורך און דורך ײדיש, און פול מיט ײרישע סימבאלן און װענדונגען. דאס זענען נישט בלויז די העברעישע ײערטער ״ששת ימי בראשית״ און דער ״עמוד־האש״ פון ״מדבר״, נאר אויך אזױנע אויסדרוקן, װי ״װעקן די פארשלאפענע״, ״װײזן די װאס ליגן אין דער פינסטער״. ״צונױפבינדן די צעשפרײטע כחות״ א.ד.ג. שטאמען פון אלטע ײדישע הײליקע תפלות און פםוקיס, װעלכע מ. אלגין האט געגעבן א קינסטלערישן רעװאלוציאנערן תיקון. באלד בײ זײן ערשטן עפנסלעכן אויפטריט דריקט זיך אוים מ. אלגין אין א האלב בעלעטריסטישער פארם. זײנע ערשטע שטריכן און בילדער. פון װעלכע עס זענען גענומען די אויבן־ציטירטע שורות, לאזן איבער א דויערנדיקן א־ינדרוק. דער רעװאלוציאנער חײם פון ״געלעבט־געקעמפט״ איז נאך מער םימבאל װי בשר־ודס. נאר דער רעװאלוציאנער אברהם, פון ״דער לעצטער קרבן״, געשריבן א חודש שפעטער, א־ז שוין געצײכנט רעאליסטיש. מיר האבן אײך פאר זיך די בילדער םון זײן טאטע־מאמע, זלמן און צפורה. מיר זען, דורך צפורהש אויגן, דעם אמאליקן זלמן, דעם שטאלצן. הױכן, שלאנקן ױנגן־מאן. סיט בלאנדע האר. װי זײד, און מיט ברע־ נענדיקע אויגן, װי ער שפאנט איבערן װאלד מיט ברײטע טריט און זײן שטים קלינגט אין דער ״גרינער שטילקײט״ געזונט און פריש. מיר זען אים פארלירן זײנע כחות אין דער ״לאנגער קײט פון דורות פארביטערטק־־ט. ט־ערן און האס״. בלויז זײן שטאלץ, אדער, װי צפורה רופט עם, זײן ״גדלית״ איז אים פארבליבן. מיר שטעלן זיך אויך פאר די ליבלעכע געשטאלט פין דער אלטער, גוטער מאטע, כאטש אלגין שילדערס אונז בלויז איר נשמה. נאך קלערער איז אונז אברהם אלײן, א קאפיע פון זײן טאטן אין דער ױגנט, נאר נאך שטאלצער און פײערדיקער. מיר פערזענלעך געפעלט מער יענע בעלעטריסטיק, װו עס איז פאראן מער מאלערײ װי װערטער. נאר איך װײס אז באדײטנדיקע בעלעטריסטן האבן װעגן דעם גאר אן אנדער םײנונג. י. ח. ברענער, למשל, האט מיר א סך מאל געזוכט איבערצוצײגן. אז דאס אויסרעדן זיך בײ אים, אזוי װי בײ מענדעלען, פאר װעמענם א נאכפאלגער ער האט זיך געהאלטן, איז פון גרעסערער װיכטיקײט װי דאס מאלן. אן צװײפל האט מ. אלגין פון 1904. אזוי װי ש. אנסקי און אנדערע רעװאלו־ ציאנערע שריפטשטעלעד פון יענער צײט, געלײגט, אזוי װי י.ח. ברענער. מער געװיכט אויף זײערע רײד, װי אויף זײער מאלן. דאך װען מען ל־יענט דורך הײנט אלגינס ערשטן בוך נאװעלן און בילדער ״װען דאס לעבן רופט״, אדער װי עס הײסט איצט ״װען קײטן קלינגען*, לעבט אויף פאר אונז דער פרילינג פון דער ארבעטער־באװעגונג, מים אלע זײנע לײדן און האפ־ נוננען, קאמפן און מארטירערטום. מ. אלגין מאלס דארט מער דעם קאלעקטיװ װי דעם אײנצל־ נעם. דאך טרעטן צײטנװײז אויף אײ״צל־געשטאלטן, װאס קריצן זיך אײן טיף אין אונזער זכרון. אזוי דער נאמענלאזער זינגער. בײ װעמען קײן לײד און קײן פ־־ן קאן נישם פארשטומען זײן רעװאלוציאנערן געזאנג־ די מוטיקע אלטע נחמה, װאס װיל ראטעװען איר זון פון טורמע און פארלירט אים צוזאמען מיט איר טאכסעח די קלוגע רבקה און דאס גלײכן. זײן רײכע געזעלשאםטלעכע טעטיק־יט ה$ט נישס געלןזן

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.