Mannheim
Compact Memory

Literarishe bleter · 1927-10-07 · 40 (7.10.1927) · p. [Seite]

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Literarishe bleter
Volume
3 (1927)
Issue
40 (7.10.1927)
Date
1927-10-07
Page
[Seite] (sequence 1)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
78% known words query
IRI
…/4795427-8774843-8800936--02649-4797936
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

פערטער יארגאנג פרײז 50 גר• (3-4 ז.) פרי״טיג 7" אקטאבער 27ג10 דםדהאו״פמן ףך^יףףךףיי■ ץ״־קוסםדירםני 1 װאפשדיפמ פאר יליטעדאבןוד ■■ פאריקאג ^קקעעקי^וזארש^ טעאפזגלראוןלןונםט דער שריפטשטעלער (צו זײן ליטערארישן ױבל) מ. אלגיז ▼ נ י ו * י א ר ק די רײכע ײדיסע שפראך םון װאלין האט געפונען י אין מ. אלגינען אײנעם פון אירע באדײטנדיקסטע מײסטערס. נישט אומזיסט איז מענדעלע מוכר־ספרים געװען אזוי שטארק צופרידן מיס אלגינס איבערזעגונג פון זײנע (מענדעלעס) העברעישע שריפטן אין ײדיש. דער גרױםער שפראך-מײםטעו האט בעסער װי אן אנדערער געקאנט אפשאצן די רײכקיימ. זאפטיק־יט און בויגיקײט פון אלגינס ײדיש. נאר אלגינס שפראך־רײכקײט האט אים נישם פארפירט צו דער מאדערנער מליצה, צו סתם שפראך־שפילערײ. אט איז א מוסטעד מון מ. אלגינס ײדיש. געשדיבן מיט דרײ און צװאנציק יאר צוריק, אין אויגוסס 1904: ,די ממשלה װעט זײן בײ זײ אין די הענם, ביז מיר, די אלע ארימע. פארפינסטערטע, פארחושכטע, װעלן נישט אנהויבן פארשטײן, אז אזײ איז נישט געװען פון ששת ימי בראשית און אזוי דארף נישט זײן. דער גאנצער בנין האלט זיך נאר אויף אונזער אײנגעבויגענעם קאפ. און אט דערויף, כדי צו װעקן די פארשלאפענע, כדי צו װײזן די, װאס ליגן אין דער פינסטער. אז עס װערט שוין טאג, כדי צונויפצובונדן די צעשפרײטע און באשאפן א פעםטע קראפט, זענען מיר. איך מיט מײנע חברים, ארויםגעגאנגען אויף אונזער שװערן װעג. גרוים זענען די שטרויכלונגען. שװער זענען די נםיונות, נאר םרײלעך ל־יכט םאר אונז די זון פון דעם נײעם טאג, און װי םאר די ײדן אין דער מדבר דער עמוד האש, גײט םאר אונז די האפנונג און גיט אונז ארײן אלע מאל נײעם כוח. און אונזער מוט װערט נישט פארפאלן. אונזערע זוימען םאלן אויף א פעטער ערד און ברענגען פרוכט. אין אלע עקן םון דער װעלט, װו נאר עס גיםט זיך דער שװײם פון די קנעכט, הויבן זיך שוין אן רירן גרויסע, װונדערבארע מחנות פון ברידער. זײער ערשטער טריט איז—א פלוך צו די רויבער. װןןם האבן בײ זײ צוגעגומען דאס ליכט פון לעבן) זײער לעצטער טריט װעט זײן—אראפװארפן פון זיך די פרעמדע ממשלה און באשאםן א נײע װעלט—א װעלט פון גערעכטיק־יט, א װעלס םון פרײהײטי (,דער לעצםער קרבן׳). ק ל מ ז מ ר מ ר שוין בײ זײן ערשטן אויסטריט אין דער ײדישער לי• סעראסור און פדעסע בדענגט ארײן מ. אלגין א נײעם טאן אין דער ײדישער פארטײ־ליטעראטור. די ײדישע פארטײ• שרײבער פון אלע ריכטונגען האבן אין יענער צײס, םיט װײניק אויסנאמען, גערעדט א שפראך, װאס איז געװען פרעמד דעם ײדישן ארבעטער. באזונדערס איז עם געװען דער פאל אין ד ײארן נאענט םאר דער רעװאלוציע פון 1905. די ײדישע װעלט איז געװען םול פיט פארשידענע לא־ זוננען. הונדערטער אגיטאטארן און פראפאגאנדיסטן האבן גרופנװײז, אין שװערן טונקעלן סטיל, פראקלאמירט זײערע נײע אמתן. זײערע נײע אמתן זענען נאך פאר זײ אלײן נישט געװען קלאר, האבן זײ נישט געפונען דאס ריכטיקע װארט פאר זײער נײעם געדאנק. דערצו האבן זײ אפט ארײנגעבראכט דעם גמרא־פלפול אין זײערע ארגומענטן און אנשטאט לאגיק- אנגעװענדט ציטאטן פון אויטאריטעטן. מיסאמאל האט זיך דערהערט א פרישע שסים, קלאר און שײן. די װערםער זענען געװען אלמענטשלעכע און דאך גע־ קלונגען אזוי רײן ײדיש. עם האט זיך געפילט. אז זײ פליסן פון דעם אומאויסשעפלעכן קװאל פון דער פאלקם-נשמה. עס איז געװען די שפראך פון א ײדישן מענטשן, פון א מעגטש־ לעכן ײד. אט־די נײע שפראך. אין א שײנעם בילדרײכן סטיל, האט געהערט צו מ. אלגין. ער איז געװען דער יעניקער, װאם האט ארײנגעבראכט יום־טובדיקײט אין די װאכעדיקע פארטײ■ פראגן. ער האט זײ אויפגעהויבן איבער זײער אלטעגלעכקײט. מ. אלגין איז נישט געװען דער אײנציקער שריפסשטע־ לער פונם ארבעטער־קלאם מיט אײראפעישן װיםן און געשמאק. נאר דרײ עלעמענטן האבן םיטגעהאלםן, אז מ. אלגין זאל זיך ארויםהויבן איבער די ײדישע פארטײ־שרײבער פון אלע ריכטונגען. דאס זענען געװען זײן שפראכרײכקײט, זײן בעלעט־ ריססישער טאלענס און זײן אומפארגלײכלעכע פעיקײט צו דערקלערן זאכן.

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.