Literarishe bleter
- Journal
- Literarishe bleter
- Volume
- 3 (1927)
- Issue
- 39 (30.9.1927)
- Date
- 1927-09-30
- Page
- Seite 762 (sequence 10)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 66% known words query
- IRI
…/4795427-8774843-8800935--02637-4797925- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
39 .זא ליםערארישע בלעט*ר 762 ממיד זען פאקן, אױסזוכן אים און פארפירן מיט אים לאנגע שמועסן ,װעגן דער לאגע״. דאם זענען אבער גיכער געװען מאנאלאגן. אײדער שמועםן. דער אלטנקער האט שוין געהאט אזא טבע צו רעדן נישט נאר פאר דך, נאר אויך פארן צװײםן. פלעגם ער קאנםארן אפװארטן אין עס־גימער ביז גאר שפעס אין דער נאכט, װארטן אויף אים מיט דער;ןװנטיקער טײ כמעט אלע עלעקטרישע לעמפלעך פלעגן שוין דעמאלט אינם עס־צימער זײן אויםגעלאשן. אלע אײנװוינער פלעגן זיך שוין צעגיין-. װער—צו זיך, שלאפן, און װער—אין דער הויך, אינם געװעלבטן אין גערױמען שטילן ארבעט־זאל, ױאס מיט די לאנגע טישן, באצויגענע מיט בלויען געװאנט, און באלויכ־ טענע מיט איבערגעקערטע עלעקטרישע מאט־ברוינע העסטעלעך. דא, אינם אויםגעבעטן װײכן ארבעט־זאל, איז געװען אזוי שטיל, אז דער מינדםטער שארך, דער שװאכםטער פליססער פלעגט זיך דערטראגן פון אײן עק היבשן זאל ביזן צװײטן — און אין דער הויך, ביז די געװעלבטע סופיטן, מיט די ליכ־ טיקע בלוי־גדינע אקװארעלן אויף זײערע ראנדן. די בלוי־גרינע אקװארעלן אין דער הויך האבן פארגעשטעלס: פריצישע שלע־ סער, אזערעס מיט שװימענדיקע שנײ־װײסע גענז, יונגפרויען אין שװעבנדיקע שאלן אין װײםע קלײדער געהילט, קאלןןנען פון מירמלשטײן, גריכישע געצן... דא װו ס׳איז איצט געװען א צוזאמענװוינונג פון געלערנטע און װיסנשאפטםלײט, איז אמאל געװען א ״הײס״ פון יונגע קאדעטן און יונקערישע מילך־װײ־ סנקע און ציכםיקע אפיצירקעס. נאר װאסילי װאםיליםש פלעגט נאך דארטן, אין^זײן װינקל, אונסן אין עס־צימער, אלץ בלײבן זיצן אינם^קרײז האלב־ליכטיקײט, װאס אן אײנציק־איבערגעבליבן עלעקםדיש לעמפל אויף דער װאנט האט געשפרײט ארום זיך. און װןןס איז שוין געװען באהאנגען אויף זײנע אלע זוימען מיט צויטן אלסער און אײביקער נאכסישער םונקלקײט. שפעט סלעגט ער דארט בלײבן זיצן בײ זײן אפגעקילטן טשאיניק, ביז דאס קיך־ מײדל, די װײס־בלאנדע און שעמעװדיקע האשע, װעלכע איז אט די װאך געװען אויף ״דעזשורםסװע״, שוין אלײן אן אוים־ געמאטערטע פונם לאנגן ארבעםם־םאג און א שלעפערדיקע, פלעגט אים מיט דרך־ארץ אנהויבן מונטערן, בשעוז־מעשה אינגאנצן רויט־װערנדיק: — פראפעםאר, הער פראםעסאר... גאספאדין פראפעסאר... ס־איז שוין נאך עלף דעם זײגער. בירגער פראפעםאר... םיאיז שוין צײט צו גײן שלאפן, חבר פראםעסאר... אבער הײנט איז געװען א זונטיק־טאג. מען איז הײנט אויםגעשטאנען שפעטער װי תמיד. די טײ־שעהן אינם עס־זאל זענען הײנט פארלענגערט אױף א גאנצע שעה. אינם עס-צימער פלײצט אדײן ליכט... פונם גארטן הינטער די פענסטער — ליכט פון פרישער זומערדיקער זון, ליכס פון װײסע און זילבערנע שלאנקע בעראזע־בוימער, — שפאגל־נײע, אזעלכע, ציכטיקע, אויםגעצװאגענע בוימער, װי מען װאלם זײ אקארשט געהאט אויםגעמאלט אויף דער דרױםנדיקער בלויער לופט. און נעדוכט האט זיך די נאנצע צײט: זײ, די דאזיקע װײםע בוימער, לאזן ארוים פון זיך אינם יולי־טאג, נישט אזוי פרישע און שמעקעדיקע ריחות פון ױנגן בוים, װי קלאנגען — ציכטיקע אזעלכע, ציכטיקע און זילבערנע קלאנגען. בײ טישן. ארום היפשע בײכיקע, װײם־בלישטשענדיקע טשאיניקעס, אויף װעלכע עס זענען געזעסן רײטנדיק קלענערע, שטיפערישע, טשאיניקלעך — װי קיגדער אויף ,באראנסשיקעס״, ' — זענען איצט ארומגעקליבן געװען געלערטע, שרײבער און ין אן אנשטענדיקן מלבוש אנצוטון — פארבליבן פון אםאל— האבן סײװי מורא עס אנציטון פאר לײטישע בליקן... אלעמענס אויגן װעלן דאך שװײגנדיק און פארדעכטיק פרעגן: ,פון װאנען״י און ,װי אזוי״י — אט, מײנעם א פרײנטם װײב — א פראכטפולע פרוי, זאג איך אײך — האט זי, צום בײשפיל, א קאראקולענעם םאק... איז... און אזוי אן־א־שיר, אן־אן־עק... קאנטאר פלעגט אים דעריבער זען אויססײדן, און דאס איז אים אנגעקומען גארנישט אזוי שװער. אויפשטײן צו טײ־טרינקען פלעגט בירגער קאנטאר גאר פרי. װען דער אלטנקער און זײן אלטיטשקע פלעגן נאך זיך װארעמען אין זײער חדר מיט די אראפגעלאזטע שטארן — װארעמען זיך װי שװאכנקע הינדעלעך אין א קאםוך־װינקל: װאדעמען זיך אין אן אפגעשװאכטן. פוילן און אן־בחדיקן פרימארגן־דרימעלע. און א גאנצן טאג דערנאך פלעגט בירגער קאנטאר זײן פארנומען אויף די זיצונגען פון דעם צוזאמענפאר. זײ זענען פארגעקומען, די דאזיקע זיצונגען, אין אײנעם א ליכטיקן, א גערוימיקן און געװעלבטן, פארצײטיקן צארישן קאלאנען־זאל: א זאל, װו די װענט זענען געװען אויסגעלײגט מיט קאלטע און אדערדיקע פליטעס מירמל־שטײן. אויף די בלױ־ביזאנטישע קארניזן פונם ריזיקן זאל איז נאך איצט אױך פארבליבן א גרויסעד גאלדענער אדלער מיט רויבעריש־סאנאנ־ דערגענומענע פליגל — א זעלטענע קונסס־ארבעט־ אנשטאט אויגן, האט דער דאזיקער גאלדענער אדלער פארמאגט צװײ גרויםע קא־הי־נאר־דימענטן. פון דער משפחה פון די בארימסע דימענטן קא־הי־נאר, װאם שטאםען פון דעם װײטן לאנד אינדיען. נאר איבער און העכער פון אט דעם גאלדענעם אדלער מיט די רויבעריש-פאנאנדערגעשפרײטע גאלדענע פליגל, איז פון רויטן, װארעמען לײם—אדער פלאסטעלין—געװען איצט אוים־ געקלעפט א ריזיקער סערפ־און־האמער — פשוטער םערפ. פשוטעד האמער. איז אכ . צװישן אט די דאזיקע קאלטע און שסארק־חשובע מירמל־ שטײנערנע װענט, איצם באצירטע מיט דער בלוטיקער װארעמ־ קײט םון רויטע לײװנסן. רויטע פאסן, רויטע פאנען — מיט װײסע. בשורהדיקע און דערפרײענדיקע אנזאגן, אויפרופן און לאזונגען אויף זײ — האט בירגער קאנטאר די גאנצע צײט סון זײן אויפהאלט אין מאסקװע פארבראכט זײנע טעג און אװנטן, סײ אויף די ערשטע און לעצטע פײערלעכע זיצונגען פון דעם צוזאמענפאר (װאס מיס בלאזיארקעסטעדן, אינטערנא־ ציאנאל־געזאנג. אײנציקע ױם־טוכדיקע און פײערלעכע רעדעם אין אן ארומיקן שטיל־שװײגן)ז און סײ אויף די פילע מיסלסטע עיקר־זיצונגען, — װאכעדיק־פארנומענע און װאכעדיק־אנגע־ שטרענגטע, מיט דער לײדנשאפט פון קאנקורםן, מיטן טומל און ברען פון רעזאלוציעס, מיטן געשפאנטן ציטער פון אפשטימונג. איז אהײם פלעגט ער דעריבער קומען זײער שפעט, בירגער קאנסאר — דעם אלטנקן װארטשענדיקן פראפעסאר איז אים גרינג געװען אויסצומײדן. דער אלטנקער װאסילי װאסיליטש — ער האט מיט יארן און יארן צוריק א שטיקל צײט אנגעהאלטן א שטעל פון אן עקסטראארדינארן פראפעסאר אין דער אדעסער אוניװערםיטעט— האט איס, בירגער קאנטארן, שוין פון דער ערשםער מינוט אן מםש באטראכט, װי א לאנדסםאן. ער פלעגט אים דעריבער