Mannheim
Compact Memory

Literarishe bleter · 1927-09-30 · 39 (30.9.1927) · p. Seite 757

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Literarishe bleter
Volume
3 (1927)
Issue
39 (30.9.1927)
Date
1927-09-30
Page
Seite 757 (sequence 5)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
77% known words query
IRI
…/4795427-8774843-8800935--02632-4797920
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

757 ליטערארישע בלעטער 39 זא פ א ע ז י ע א ו ז פראזע 7 1 ▼ שמואל זאראמב '׳ װארשע נערװן־סיסטעם. אזא פאעזיע אין פראזע, װאס װערט אייף א צופעליקן אוםן מיט א שערל צעשניטן אויף לענגערע און קורצערע שורות, א־ז אפילו קײן שלעכטע סקיצע אויך נישט. עס איז ערגער םון א סקיצע דערפאר, װאס דאס אלץ, װאס דער דיכטער האט איבערגעלאזן, כדי עס זאל סארט זײן פאעזיע דער ריטם. למשל. און די ,בילדער׳, פארלײכטערן נישט דאס לײענען. נאר פארקערט, לײגן שטײנער אויסן װענ. עס איז די כראניק, װאס דער םארצײטיקער רעפארטער האס געברענגט ציטראגן אין דער רעדאקציע, צוזאמענגעמישט מיט מליצה. יענע כראניק האט מער װי די הײנטיקע פאעזיע דערי גרײכט איר ציל: ארויסציקװעטשן טרערן ב־י רחמנים בני רתמניס. װארום לאמיר זיך נישט אײנרעדן, אז אט דער גאני צער באלאסט פין בילדער אין שפראך־קאמבינאציעס, װאס מען רופט געװײנלעך אן ,״פלאסטיק׳־, העלסט אר־ינצודרינגען אין דעם מהות פון אן איבערגעלעבטער שטימונג. אנװארפנדיק זיך כסדר מיט נײע פוײסטאנטיװן, פירט אט רי איצטיקע דיכטינג דעם לײענער ארײן אין א קרײז פין אלץ־פרישע, אפטמאל גאנץ צופעליקע אסזןציאציעס, װע״כע ציען אים אפ פון דער טעמע אין מאטערן אים אײן. די מעלה פין פלאסטיק װערט פארװאנדלט אין א חםרון. װאס פארגרעסערט זיך פםדר מיט דער מאס פון זײן איבערפלוס. פינקס דער א־יגענער פראצעס קומט פאר בײם שאפן. די אומאויפהערלעכע זוכעניש פין בילדער טעמפט אפ די פעיקײט פין עפפינדונגען, װאם איז דאך דער עיקר ב־־ם שאפן. אין דאס, װאס אזא פאעזיע האט נישט קײן שום רעזאנאנס, איז א סימן, אז דער אלטער פלל םון .דברים היוצאים מן הלב...' האט נאך נישט פארלוירן זײן ױערט. די פאעזיע איז דער פח פון עמפינדונג, װאס קימט דורך קפיצת הדרך אהין, װוהין מען דארף גאנצע יארן (יארהונדער־ טערס גײן מיט עקספעדיציעס. די װיסנשאפט, װאס קומט צי באפעסטיקן זיך, געסינט די שפורן, װאס זי, די פאעזיע, האט געלאזן מיט הונדערטער יארן ציריק. די פאעזיע װײזט בלויז דעם װעג. און האט א װידערװילן צו דאס דערגרײכטע. זי טאר נישט זײן מאנאטאן אזוי לאנג װי זי איז נישט מאניע. נביאות, װי א פויגל, װאס זאגט אן א שטורס אין די בערג. דעם גאנצן אומענדלעכן בארג־ארויף־װעג פין סאלקםליד ביז שיר היחוד מאכט זי דורך אויף דעם שמאלן שטעגל פון אינ־ טימקײט, אױף װעלכן ם׳איז לחלוסץ נישט דער שטײגער צו פארן מיט דער סאפנדיקער שװערקײט און מיט דעם פײםערײ םון א לאקאמאביל. איך גלויב נישט, אז אינכימע זאכן זאל מען װעלן ארויםברענגען אין א האמעטנער פארס. אז א דיכטער זאל װירקלעך אײף א סוביעקטיװן אינטענסיװן אופן איבערלעבן די פאראכטונג פון א מענטשן, װאס גיט א שפײ װעט ער בשום־אוםן נישס שילדערן (בפרט אין פערזןז), אז ״די זון האט דורכגעלויכטן דעם רעגנבויגן פין א שפײ״, דןןס קען קײן דיכטער נישט זען. פארן ז י נ ג ע ר איז עס א ליגן. פדי אוים־ צודריקן אינטימע אפעקטן. מוז מען אויםװײלן א װאס־לײכטערע שפראך. דאם בילד איז נישט באשאפן פארן פאעט, פדי צו מאכן שװערער זײן געדאנק. נאר — לײכטער. עס איז דער מיטל, װאס קומט ספאנטאן דורך אסאציאציע פון דער איבער■ געלעבטער שטימונג און האט די אויםגאבע דעם לײענער דורך (=וף. א ביטערע איראניע שטעקט אין דעם, װאס דװקא איצט, װען עס זענען איבערגעריסן אלע פענטעס, װאס האבן געבונרן דאס לעבן און מען גיט אזוי פיל נאך די אינסטינקטן. זענען די אינסטינקטן טויט געװארן. אין דעם, װאס די פאעזיע וױיזט ארויס א טענדענץ צו גײן פסדר אין דער ריכטונג פין ראציאנאלױם, האב איך בשום אופן נישט בדעה צו באשולדיקן אונזערע דיכטער. שולדיק איז דאס לעבן. איך װיל נאר זאגן, אז דאס, װאס די דיכטער װצרפן זיך אונטער אן טענות אין מענות אט דעם פאקט, באטײט עם פון זײי די פארלי־קענונג פין זיך אלײן, אזוי גוט װי א טויט-אורטײל. דער ראציאנאליזם שליסט אינגאנצן אויס די פאעזיע און ער לײקנט זי אפ. זײן ציל איז א קירצזיכטיק־אוטיליטאריםטישער, װאס האלט יעדער עקספאנםיע פאר אקרענקלעכער דערשײנונג. די דיכטער, װאס אנערקענען אזא מין ראציאנאליזם, װען זײ װאלטן זײן קאנ■ סעקװענט, װאלטן קודם־פל געדארפט אױפהערן צו שר־יבן. (און אפשר איז דאס די סיבה, װאס אזוי פיל דיכטער װערן פלוצלינג פארשװיגן), װײל ס־י װי םײ האס זײער ארבעט. אין װעלכער זײ קענען נישט גלויבן, קײן האפט נישס. אויב זײ זענען נישט געבענטשט מיט אבאזונדערן געװער, װאס זאל מציל זײן זײערע חושים פון דער אטראפיע פון אונזער עפא כע. זענען זײ ביכולת צו געבן סוראגאטן אנשטאט אמתע עמאציעס. דאם זענען םימולירטע איבערלעבונגען. זײער סימן איז—די געװאגטקײט און דערפינדערישקײט בנוגע דער פארם און די פחדנות פון זײערע קינסטלערישע אידעען. זײער אר־ בעט באשטײט אינם פםדרדיקן אויםזוכן נײע פארמולן צו זאכן, װאס זענען שױן לאנג באנאל געװארן. געפילן אדעמע, אלגעמײנע, זײ הויבן זיך נישט ארויס פון דער פרימיטיװקײט, װעלכע זעט די מענטשלעכע נאטור, װי די אמאליקע נאטור־ פארשער, װאס האבן צעטײלט די ויעלט אויף פיר יסודות. די געװאגטקײט אין דער פארם גײט אײביק אויפן חשבון פון די עמאציעס, װעלכע זוכן דאך שטענדיק דעם קורצן װעג. ז־יער ספארט איז צו פארבן אויסגעבלאזענע אײער, אװעקװארפנדיק דעם םטימול פון דער דיכטונג, האבן זײערע מעטאפארן בא־ קומען א פנים, װי די אמאליקע משלים פין מוסר פאר װײבער. ס׳איז פשוס א קור־או, װאס די נאכגעיאגטע פארם האלט אין אײן אנטלויפן. ביז זי האט זיך שוין באלד אינגאנצן ארױסגעגליטשט פון די הענט. עפעם אויף אן אומפארשטענד־ לעכן אופן האט מען זיך א־ינגערעדט, אז אט די לײדיקע משלים און מעטאפארן, די .בילדער״ םין גארנישט, זענען פולו־ אינהאלט, און מען איז גרײט דעריבער אפצושאקלען זיך פון יעדן מין געזעץ, װאס הערשט אין דער פאעזיע פון טויזנטע־ יארן אן. מען פארװארפט, אין בעסטן פאל פארנאכלעסיקט מען, דעם םערז, װאס איז דער עיקר מיטל אױסצודריקן א געזאנג. דעם פערז, װאס איז טאקע דער סימן פון אן אויפגעדעגטן געמיט, װעלכער רעדט מיט אפגעהאקטע זאצן,—אין מען האט אים פארביטן מיט דעם געװײנלעכן פראזאישן גוט־קולטיװירטן זאץ מיט די פארשײדענע נעבן־זאצי, ארט און באדינג־זאצן: אן אוסן, װאס איז דורכוים דערװידער יעדן פאלקס־סטיל, בפרט דער פאעזיע, װאס מוז זײן אײנםאך װי א געשרײ, כאטש זי קען זײן גלײכצײטיק ראפינירט און אזױ קאמפליצירט װי אונזער

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.