Literarishe bleter
- Journal
- Literarishe bleter
- Volume
- 3 (1927)
- Issue
- 38 (23.9.1927)
- Date
- 1927-09-23
- Page
- Seite 739 (sequence 7)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 69% known words query
- IRI
…/4795427-8774843-8800934--02613-4797902- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
739 ליטערארישע בלעמער 38 זא דער ה־ינט אזוי מאדישער אקדאבאטיק אין טעאטער. דאס אין אײן סגענע. און אין דער צװײטער האט מען געפראװעט לי■ טעראטיר ביז גו נודנעקײט. איז דער אײנדרוק קײן אײנהײט■ לעכער נישט געװען און מען איז ארויס פון טעאטער נישט א באפרידיקטער. מיט נאך מער שפאנונג האט מען געװארט אויף דער עפענונג פון דעם ״פיםקאטאר־טעאטער׳. שוין מיט א סך טעג ציריק זענען געװען אויספארקויפט די בילעטן אויף דער פרעמיערע. און דאס אפלײגן זי אויף צװײ טעג האט נאך מער געשטײגערט די נײגיריקײט. דאס פיסקאטאר טעאטער האט זיך פארקליבן אין ״טעאטער אם נאלענדארף פײאץ״. װי עס האט יארן לאנג געקיניגט די גאר לײכטע אפערעטקע אין רעװי. ערװין פיםקאטאר איז הײנט אײנער פון די פאפולערסטע רעזשיחערן אין בערלין. נאך גאר א ױנגער מענטש (ער שטאמש פון א דײטשער פאסשארן־משפחה), האט ער זיך מיט זײנע אינסצענירונגען פון ע־לערס ״רויבער״, גארקיס ״אויםן אפגרונט״, װעלקס ״שטירם איבער גאטלאנד״, קונה שם געװען. ער האט בײ זײנע אויפפירונגען באנוצט די דראמע װי א בלויזע קאנװע, אויף װעלכער ער פלעגט אויס העפטן זײנע טעאטראלישע אײנםאלן אין בעיקר ארײנװעבן זיינע כאליטישע טענדענצן. צוליב דער בולטער קאמוניסטישער טענדענץ אין דער אויפפירונג פון ״שטורם איבער גאטלאנד״. איז געקימען צו א שװערן קאנפליקט אין דער גראנריעזער ארגאניזאציע פון די בערלינער טעאטעריבאזוכער ״פאלקםבינע״. דאס איז געװען אײנער סון די טעמים, װאם האבן גורם געװען דאס עפענען אן אײגן ״פיסקאטאר־טעאטער״, װעלכעס איז סארבונדן ארגאניז.־,ציאגעל מיט דער פאלקסבינעיבאװעגונג, אבער קיבסטלעריש אומאפהענגיק פון איר. דאס ארײנפלעכטן פאליטישע געשעענישן אין דעם אפ־ לויף פון דער טעאטראלישעד אקציע איז בײ פיסקאטאר נישס בלויז א פועל ײצא פון זײנע פאליטישע איבערצײגינגען. זי האט נאך א טיפערן קװאל: א רײן־טעאטראלישן. װי א רעאקציע קעגן דעם עםשעטיזירנדיקן טעאטער מיט זײן אריענטאציע אויף די אויבערשטע פון שטײסל, װיל פיסקאטאר זײן בינע־קונסט ־- װאס איז אויסגערעכנט פאר די ברײטסטע מאסן — פארקניפן מיט די װיכטיקסטע געשעענישן פון דער אריסיקער הײנטיקײט. װעלכע דראמע ער זאל נישט אױפפירן. פון װעלכער צײט זי זאל נישט שטאמען.—שפיגלט זיך אב אין איר הײנטיק לעבן, הײנטיק לײדן. זענען זײנע העלדן גרימירט פאר העלדן אדער מארטירער פין אונזער צײט. אין שילערם ״רויבער״ װײזט ער אונז טראצקין, אין װעלקס ״שטורם״ לענינען. אין ״האפליא״ — װאנצעטין. כדי דאס דורכנעמען מימ הײנמיקן לעבן זאל זײן װאס־ שטארקער, מוז דער רעזשיסער אויפרײסן די גרענעצן פון טעאטער. אים איז נישט גענוג צו שפילן אײף אײן ארט, אויף אײן פלאך. אײנצײטיק װײזט ער דאם לעבן אויף פארשײדענע ערטער. פון פארשײדענע זײטן, אין כלערלײ פארבינדונגען און באצױנגען. איז די בינע אײנגעטײלט אויף קלײנע בינעלעך. דרײ איבעראנאנד פון דער רעכסער, און דרײ איבעראנאנד סון דער לינקער זײט, צעשײדט אין מיסן דורך א נײטראלן שטרײף. דאס װאס לאזט זיך נישט ארײנפרעםן אויף די דאזיקע אײנצײטיק אדער גלײך נאכאנאנד טעטיקע בינעלעך. װערט געױיזן װי א פילם אדער אויפן נײטראלן פאס אדער אויף אן עקראן. װאס לאזט זיך אראפ איבער דער גאנצער ברײט פון דער ביגע. דער םילם איז נישט בלויז דערגענצונג פון דער בינע. ער רײסט זיך ארײן אין איר, געמט זי אדורך. שפילט פאר דעם נישט. געםעלט עפעס נישט דעם רעזשיםער, זאגט ער עס די ארטיסטן בעת דער הססקה, צװישן אײן אקט און א צװײטן. ז$פט חזרט מען איצער א סצענע אדער א גאנצן אקט אײן מאל און א צװײט מאל. םארציען זיך די גענעראל־בראבעס ביז שפעט נאך האלבער נאכט און אמאל ביזן גרויען טאג ארײן. צו דער עפענונג פון סעזאן האט דאם ״לעסינג־טעאטער״ באשטימט שעקםפירס ״הײנריך /י1״. דאס לעסינג טעאטער״ האט > בכבודיקע טראדיציע. אין שכנות מיט רײנהארדטם ״דײטשן םעאסער״, פירט דאס טעאטער מיט אים שטענדיק אן אײדעלע קאנקורענץ. אהער האט זיך פארקליבן דער באשאפער פון דײטשן סצענישן נאטוראליזם און דער אומפארגלײכלעכער איבסען אינםצעניזאסאר, אטטןן ב ר א ה ם , נאכדעפ. װי ער האט אװעקגעלײגט די דירעקציע פון ״ד״טשן טעאטער״ אין רײנהארדטם הענט. דא איז געשטאנען דאס װיגעלע כון דײטשן סצענישן עקספרעםיאניזם אונסער דער דירעקציע םון װ. בארנאװסקי (א ײד װי בראהם). און װען דאס טעאטער איז אריבער אין די הענט פון דעם װי־ניקער ליטערארישן און מער געשעפטלעכן זאלטענבורגיקאנצערן, איז מען אויך געבליבן געסרײ דער אלטער טראדיציע פון בעסערן רעכערטואר. בעסערער רעפעדטואר מײנס — שעקספיר. אן שעקםפירן קאן קײן שום בעםער דײטש טעאטער נישש געמאלט זײן. דאם יאר, אין װעלכן מען האט נישט ארויסגעבראכט לפחות אײן נײע שעקספיר־אויםפירונג, רעכנט זיך נישט פאר א טעאטער־ יאר. און נישט גלאט װעגן שפילן שעקםפירן האנדלט עס זיך. אן אויפפירונג פון שעקספירם א װערק איז שטענדיק אן אויפשי: אינםצעניזאטאריש אדער אקטיאריש. דאס מאל האט זיך דאס ,לעסינג־סעאטעי■״ שטארק אנ■* געשטרענגט. די רעזשי איו איבערגעגעבן געװארן צו א־ינעם פין די באװוסטסטע מאדערנע רעזשיסערן: קארל האינץ מארטין. ער האט.אויך דאס װערק באארבעש אין בײדע טײלן פין שעקםפירס דראמע צענויפגעצויגן אין א־־ן פיעםע. פאר די הויפטראלן זענען פארבעסן געװארן דרײ פון די בעסטע ארטיסטן, װאס די דײטשע בינע פארמאגט: עוגען ק ל ע פ פ ע ר האט געשפילט פאלסטאף, פאול װ ע ג ע נ ע ר — ה־ינריך /\ 1, ערנםט ד ײ ט ש — דעם כרינץ םון אועלס. אויך די קלענערע ראלן האבן געשפילט באו־וסטע אדטיסטן, צװישן אנדערע די פרויען פײן און װאנגעל, די מענער ר־מאן, שטיכטער. קאטש. ב־י אזא אנםאמבל און בײ אוא רעושי האמ מען גע• װארט מיט גרויםער שפא:־;ג אויף דעם ספעקטאקל. און געװים האט ער פארמאגט שט .דקע מאמענטן. װעגענערס ברוטא^׳ע אומהײמלעכקײט, ד־־טשס עלאסטישע ױגנטלעכקייט האבן א םך פרישקײט צוגעגעבן דעי אויפפירונג. אבער שוין ד־ הויפטגעשסאלט פאלםטאף — װארום םאלסטאף און נישט הײנ־־יך ^1 איז די הויפטפיגור — האט געװעקט שטארקע ספקות. געװיס רעכנט זיך קלעכפער צו די ״פראמינענטן״ פון דער ד־יטשער בינע. געװים האט ער אין זײן רעפערסואר א רײכע גאלעריע פון אומסארגעםלעכע געשסאלטן, מעפיסטא, טארטױף, פלאריאן גײער, ״די האריקע מאלפע״. אבער דעם װעג צו פאלםטאפן האט ער נישס געפונען. ז־ין םאלסטאף איז געװען מענסשלעך נאענט, הארציק און רירנדיק, אבער װי א בינע־פיגור צו טײקן. צו װײניק זאפטיק, צו װײניק בולט. און דאס אײגענע האט זיך געשפירט אין דער גאנצער אויפפירינג. זי האט זיך געװאקלט צוױשן ליטערארישק־יט און שפילעװדיקײס. מען האט געמאכט קאזיאלקעס. מען איז געפאלן סון טרעפ, םען האט זיך געדראפעט אויף שטריק — א גרום