Literarishe bleter
- Journal
- Literarishe bleter
- Volume
- 3 (1927)
- Issue
- 36 (9.9.1927)
- Date
- 1927-09-09
- Page
- Seite 694 (sequence 2)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 77% known words query
- IRI
…/4795427-8774843-8800932--02566-4797857- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
36 ■וא ליסערארישע נלעסזו 694 מענדעלע, נישט זײן קול, נישט זײנע װערטער, נישט אםילו דער שאטן זײנערנ״ און נאך אמאל א קוק טון אויף יענעם מוכר־ספרים האב איך שוין נישט געװאלט. איך האב מיך פאר זיך אלײן פארשעמט, פאר אזא מיאוםן טעות, בו דערזען א רגע מײן ליבן קלוגן ר׳ מענדעלע אין אזא פשוטן ײדן, װאם האט א ז א קול מיט א ז א מין דבור. עם פארשטײט זיך, אז מײנען אזוי: אז שלום יעקב אברא־ מאװיטש איז נישט מענדעלע מוכר םפרים, און מענדעלע מוכר ספרים איז נישט שלום יעקב אבראמאװיטש, האב איך נאר געי קענט אין יענע יארן, װען דער אײגענער ר־ מענדעלע איז נאך קײנעם קײן זײדע■ נישט געװען*), און װען זײנע געבײלטע לעזער. װאם האבן אים שוין אויך דעמאלט דערפילט, כאטש נאך נישט גערעכנט און זיך רעכנען פאר אזעלכע נאך אפשר גארנישט געװאלט. עס זענען איבערהויפט דעמאלט יארן געװען, װאם םיט שלום יעקב אבראמאװיטש האט מען זיך מיחס געװען, און מיט מענדעלע מוכר ספרים האבן זיך נאך די מױחםים םון דער אל^<ר גאלדענער פאן צוגעשעמט װי מיט עפעם א נחות־דרגא אין דער משפחה. איך בין נאך דעםאלט א ױנג ױנגל געװען. א שטיקל משכיל אן אנפאנגער, װאס האט זיך שוין אפילו גע• ריבן ארום די נײוחסים פון דער אלטער גאלדענער פןן, אבער װאס האט בשום־אופן ר׳ מענדעלען נישט געװאלט באטראכטן פאר עפעס א נחות־דרגא חלילה אין מײן יחוס. אדרבא, װען ר־ מענדעלע זאל נאר אמאל א קום טון גו אינז און איך זןןל זײן דער גבאי אין מײן בית־המדרש, װאלט איך אים דעם ערשטן מכבד געװען מיט ,שלישי״, אדער מיס ,ששי׳, װי דעם גרעסטן מױחם, גארנישט קוקנדיק, װאס ער איז א ײד נישט קײן נגיד, פארט מיט זײן אײגן בײדל אויף אלע ירידים, ײדן צו באזארגן מיט קינות און תחינות, א לאנג אפגעפרעגטע פארשימלסע סחורה בײ די דעמאלטיקע מיוחסים, און איז נאך אפט אלײן אי א שטיקל בעל־עגלה, אי א שטיקל שמײםער פאר זײן אײגענעם פערדל. אזוי האב א ך א צײט אלץ געפ״נט און זיך געסראכט, אין האב גאי־ אנדערש ם״עען און טראכטן נישט געװאלט. האט מען מיר אפאל שפעטער א זאג געטון, אז עס איז םאראן א יש־אוםרים, ז<ז ר׳ מענדעלע םוכר ססרים איז דער באריםטער שרײבער שלום יעקב אבראםאװיטש, הוא, הוא ברבודו ובעצמו, הוא ולא אחר. האב איך עס געהאלטן םאר גלאט אזוי א בויך-םברא, װי א שםי־• גער: דער פײטן ר׳ אלעזר הקליר איז דער אײגענער ר׳ אלעזר בן ערך פון דער נמרא, װאס די דעמאלטיקע לשון-הקודש־שרײבער האבן עס פי־ן אזעלכע בױך־םברות געםאכט זיך ארױסצודריננען און אויםצוװײזן. דערװוםט זיך אקוראט, אז בײדע,—סײ שלום יעקב אברא■ מןןװיסש, םײ ר׳ םענדעלע מוכר־ססרים—זענען באמת אײן און דערזעלבער ײד. און, אז ד#ס איז נישט קײן אויסגעטראכסער *1 ז*ינע *יע סריערדיקע הענרעיעע װערק — .מססט •י1ס- (1860), ,ה1יד1ה הסבע־ (ערםטער טײי— 1862, נװײםער נידי— 1867, דריסער—1872) .ימײ היטנ״ (?186) יין .ר*נ1ת והנניס״ (1868) זענען ערס־נען פיטן נ*סען טײם יעקנ *נרמדןװיטט. ע־טט דןס זידיטע װעדק .ד*ט קיײנע מענטטעלע• (סע-עננטיענש נע־ז־ן *ין .קוי-מנטר׳ *ין דערנ*ך **זונדער *ררסנענענן *ין י*ר 1864) *יז *־װס סיםן נ*סען סענדעיע מ1נר סזרים. דער סיסי *יז נעװעןז .י*ס קיײנע סענטזעיע *דער * יעננס-נ*טרײנינג סין ינחק *נרהם הקיף, גע- דריקט בהיזהדיװז םעניעיע פ1נר ם*רים־. * ן ד*ן *ן *יז מענדעיע ס1״ס 6*ר■ ניינן ט. י. *נר*ס*װיסטס נװײםער נ*מעי *1יף טטענדיק. *נב, ה*ט ט. י. *נר*ם*װיסט *1יף זײן ערטסז ײדיטן װערק זיך *ננערי6ן .ס ע נ ר ע ר י יםונר סיריס״, נןר *ינםנדר נעדערנװס הןס *ינערנעמ*כס דעס נ*סען *װל .מ ע ו ד ע י ע ס1נר ס8ריס', רעד, מיט אים זיך אמאל צו באגעגענען און צו קענען אים ארױס• זאגן װי ליב איך האב אים, נישט נאר פאר דעם, װאס ער דערצײלט. נאר אויך פאר דעם, װאס ער איז ר׳ מענדעלע מוכר־םפרים,—איז געװען אײנס פון די הײםעסטע װונטשן, װאם איך האב דעמאלט מיר פארגינט צי װינטשן זיך. איך געדענק װי אײנמאל איז ארײנגעקומען אין בית־ המדרש, װו איך האב געדאװנט, א ײר א מוכר ספרים, און האט זײן בינטל סחורה אויפן לאנגן אנגעחלבדיקן בית־המדרש־ טיש צולײגט. א הויכער בײניקער ײד איז דאס געװען, מיט אזא גרוי בערדל, מיט אזא אביסל־געבויגענעם רוקן, און כמעט אויך מיט דער אײגענער פיזאנאמיע, װי מײן פאנטאזיע האט אים נאר געקענט אויסמאלן. פון װײטן, פון װאנען איך האב מיך צוגעקוקט אויף אים. האי איך שוין געמײנט: אט איז ערז אט אי( דער קלוגער. ליבער און טײערער ר־ מענ־ דעלע. איך בין שוין גרײט געװען צוצולויפן צו אים מיטן גרײטן שלום־עליכם: ,ר׳ מענדעלע! װאס מאכט אירז פון װאגען קומט אירי װו שטײט איר אײן, מען זאל קענען פאר־ ברענגען מיט אײך עטלעכע שעה און אויסהערן עפעס א נײע מעשהלע, װאס איז נאך נישט אפגעדרוקסי און טאמער װילט איר. װעל א־ך טאקי דאס מעשהלע באלד פון א־יער מויל ארויס אויפשרײבן׳. נאר אזוי װי איך בין געשטאנען נעבן בײם פענםטער צום בית־הםדרש הויף ארויס. האט זיך מיר געװאלט אין אײן גאנג טאקי שוין א קוק טון דורכן פענסטער אויף ז״ן בײדל, ר׳ מענדעלעם, אויף זײן פערדל, דעם גרויםן סבלן און גרויסן ענױ, װאס כאטש ער הארעװעט נעבעך אזוי פיל און װערט גענוג פארשװארצט און אויסגעריסן, ארומ־ שלעפנדיק דאס שװער־אנגעפאקט בײדל מיט ײדישע ספרים און ײדישע צר,־,־.. מעגן אים פונדעסשװעגן אנדערע, לײטישע פערד אפילו, כקנא זײן, װאס ער האט אזא קלוגן באלעבאס, װעלכער פארשטײט אים אויפן װינק, און פילט־מיט זײן צער, און גע־ פינט תמיד א ליבלעך, טרײ װארט אים צו טרײסטן אין זײן שװערן מזל... נאר װי ז־־ן שטײגער איז, זענען די בית״המדרש פענםטער שױן א צײט מיס יארן נישט געװאשן געװען, און דורך דעם שטויב און דעם רויך, װאס האט זיך פאר דער צײט אנגעקליבן, איז אוממעגלעך געװען ארױסצוזען, װאס הינסער זײ טוט זיך... און איך האב נישט געקענט זען. צי זענען דא פאראן דאס בײדל מיטן פערדל, צי נישט. מילא. האב איך א קלער געטון, לאם איך מיך אקארשט פריער באקענען מיט ר־ מענדעלען אלײן, װעל איך שוין מסתמא באלד באקאנטשאפט שליסן אויך מיט רי מענדעלעם בײדל. און דער עיקר — מיט ר׳ מעגדעלעס פערדל, מיט װעלכן איך װעל שפעטער זיך אויפרעדן אויף ר׳ מענדעלעם לשון מיט אים — און אט נעם איך און שטרעק שוין מײן רעכטע האנט, אים, — ר־ מענדעלעז, נישט דעם פערדל, — מײן פרײנטלעכן שלום־ עליכם צו דערלאנגען, צעבײזערט זיך גראד אין דער רגע דער בית־המדרש־שמש מיט א טענה, פארװאס האט ער זיך מיט זײן בינטל ספרים אזוי ברײט צעלײגט איבערן גאנצן טיש און בײ אים גארנישט געפרעגט. װערט דער פאקנטרעגער אנגעצונדן פון כעס אױף דעם שמש, רעדט ארויס קעגן אים א פאר זלזולים. דאכט זיך, גאנץ געװײנלעכע זלזוליס, װאס מען הערט אלע טאג אפילו אין א מקום־קדוש, פון ײדן אנגעטוענע אין טלית־ און־תפילין אויך אין רעכטן מיטן דאװנען. נאר אויף מיר האבן זײ בעת־מעשה נישט קײן גוטן רושם געמאכם, און פון דארט אינעװײניק אין דער נשמה מײנער האט צו מיר װי א קול ארויסגעשריגן: ,נײן, דןןם איז נישט ערי דןןס איז נישט ר׳