Mannheim
Compact Memory

Literarishe bleter · 1927-08-26 · 34 (26.8.1927) · p. Seite 668

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Literarishe bleter
Volume
3 (1927)
Issue
34 (26.8.1927)
Date
1927-08-26
Page
Seite 668 (sequence 16)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
74% known words query
IRI
…/4795427-8774843-8800928--02538-4797831
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

34 זא ל י ס; ו * ר י ז ז ניועםער 66 13! י ירי ו<< י!!!!*רט־סטו-פאו״ו - יז־יטנ 1 / 1 26 אליגוםט 1927 דערשײנט יעדע צװײ װאכן 11 >\נ אז א מיטגליד קאן זײן בלויז דער, װאם איז אן א ר ב ע ט * נ ע מ ע ר אין זין םון 5 12 פין געזעץ םאר םאבריק־ ראטן. אזוי אפגעהיס איז די דײטשע ארגאניזאביע אין הלכות דירעקזייעס, אז בײ דער אומגעהויערער צאל ארבעטסלאזע (װאס האט למשל אין לעצטן סעזאן אין אײן שטאט בערלין באסראפן 800 ארגאניזירטע מיטגלידער), לאזט זי באין אוסן נישט צו סיזאלן אנטשטײן ,חברים־טרופעס*. און די םעכטיקסטע ײדישע ארטיסטן־ארגאניזאציע די אמעריקאנער ״יוניאןי גיט אױם יערלעך טויזנטער דאלארן אױף הלװאות און שטיצעס פאר דירעקטארן. כדי אויפצוהאלטן״ דעם קױם פון גאזשע־טרופעס און נישט אײן גראשן פאר חברים־טרופעם. אין סלוג גענומען איז דאך אן אומזין, צו שטיצן ארבעסגעבער, זײ זאלן קאנען ,עקספלאאטירך ארבעטנעםער. אבער די דער• פארענע און געניטע אנפירערשאפם פון דער ״יוניאך װײסט, װאס עס באטײט װען במקום אײן דירעקטאר װאקסן אוים צען דירעקטארלעך, װאס האלסן זיך אין אײן ארומרײסן. אין ד ע ם פרט האט אונזער פארײן לאנגע יארן שסארק געזינדיקט. אפשר איז אין דעם נישט געװען שולדיק בלויז די אנפירונג. געװים האבן דא געשפילט א ראל די אביעקטיװע באדינגונגען פון דער מלחמה־צײט און פון די נאך־מלחמה-יארן. בעת דער אקופאציע זענעןקײן בעלנים אױף טעאטער־געשעםטן נישס געװען. האבן זיך געשאפן הונגער־קאלעקטיװן. דורכצו• שטופן דעם טאג. אויך דער עקאנאמישער כאאם און די װאלו• םע-װאקכאנאליע נאך דער מלחמה זענען נישט געװען גינציק פאר סאלידע טעאטער־אונטערנעמונגען. אזוי ארופ איז די א.ג. ״חכריםיטרופע״ געבליבן די אײנציקע פארם פון ארגאניזאציע. אין איר האט פאםמאקעװעט אגעװיסער מין ארסיםטן. ערשטנם יענע פיפיקע, װאס האבן פארשטאנען אויף פארשידענע דערלאזבארע און נישט דערלאזבארע אופנים צו סארזיכערן זיך אן אן ערך גרעסערע הכנםות פאר אנדערע. צװײטנם אזעלכע קלײנינקע מענטשעלעך, װאס צו פירן אלײן אן אונ• סערנעמונג האבן זײ קײן כוח נישם, אבער צו קהלן זיך, צי זאגן דעות. האבן זײ ליב װי דאס לעבן. דריטנם אזוינע, װאס זענען שסענדיק גרײט אװעקצוגעבן דעם לעצטן גראשן פאר א ראל, װאס אויפן סמך פון זײערע נאטירלעכע פעיקײטן װאלטן זײ זי קײנמאל נישט באקומען. זײ אלע קאנען זיך נישט צעשײדן מיסן ארגאניזאציאנעלן כאאם פון די א. ג. .חברים־טרופעסי. זײ פרוװן שטענדיק מיט אלע מיטלען אױפציהאלסן אים. װו ער גוססט, אין װו ער איז אױםגעגאנגען. צו באשאפן אים פון דאס נײ. פאר דער הײנטיקער אנםירינג פון פארײן, םײ םאר די מיטגלידער אירע, װאס ארבעטן א יאר און צװײ, םײ פאר אזעלכע, װאס ארבעםן שוין פון לאנגע יארן, פין דער גרינ• דונג פון םארײן, איז קלאר, אז דער דאזיקער מצב באטײט דעם םולשטענדיקן אינםערגאנג פון ײדישן טעאטער, נישט גע־ קוקט אויף די צײטװײליקע קינסטלערישע דערגרײכונגען. אױף די ביז גאר פעיקע ארטיםטישע כוחות, אויף דעם איבערגע־ געבן און הארציקן טעאטער־עולם. אין אױף דעם אײגע^עם שטאנדסונקט האט זיך געשטעלט דער כלל ארסיכשן אױף די קעגן װאם מיר קעמפן אין די ערשםע^נוסערן״םון די ,טעאטער־ידיעות*גהאבן מיר געװארפן דעם רוף: מיטן פנים צו דער געזעלשאפט. מיר האבן אים פראקלאמירט װי די לאזונג פון אונזער ארגאן, װי דעם ציל פון דעם נײעם קורס אין ארטיסטן־פארײן. נישט אײן םינוט זענען מיר געװען אין ספק. אז דער ציל איז א װײטער, דער װעג — א לאנגער און שװערער. אבער נישט אויף אײן װײל האבן מיר פארלוירן דעם דאזיקן ציל, זענען מיר אפגע־ טרעסן פון דעם דאזיקן װעג. נישט בלויז פרינציפיעלע טעמים האבן גורם געװען די שטעלונג אונזערע. אויך דאס פראקטישע לעבן האט אונז גע־ שטופט דערצו. אומעטום ארום אונז, אין מערב און מזרח, קומט פאר דער כראצעס פון פארגעזעלשאפטלעכן דאם טעאטער. אלץ מער טעאסערן גײען איבער פון פריװאטע הענס אין רשות פון דער געזעלשאפט. װו די מלוכה, װו די שטאטישע פארװאלטונגען און װו ארגאניזאציעם פון טעאטער־באזוכער נעמען אויף זיך דאם פינאנסירן ערנסטע און קינםטלערישע טעאטער־אונטערנעמונגען. און בײ אונז? מיר זענען נאך װײט הינטערשטעליק, זײער װײט. בײ אונז איז דאס סעאטער נישט בלויז נישט טארגעזעלשאפטלעכט, אױך דער פריװאטער אונטערנעמער איז בײ אונז כמעט נישט בנמצא. אונזער טעאטער שטײט אין פרט פון ארגאניזאציע אויף דעם נידריקסםן שטאפל. דער ארטיסטן־קא־ לעקטיװ איז אײנצײםיק דער פינאנםיער פון דער אונטערנעמונג. דער דאזיקעי־ סיםטעם איז דער ערגסטער פון אלע. אין יעדן פרט. דער ארטיסט, װאס דארף שטענדיק ציטערן פארן טאג, װאס װײסס נישט הײנט. מיט װיפיל גראשנם ער װעט זיך טײלן מארגן — קאן נישט קי״סטלעריש פראדוקטיװ ארבעטן. די טרופע, װי יעדער זאגס א דעה אין דער פירונג — קאן קײן קיום נישט האבן. די ארגאניזאציע. װו יעדער איז אײנ־ צײטיק אי ארבעטנעמער אי ארבעטגעבער. קאן קײנמאל נישט אויסקעמפן קײן בעסערע באדינגונגען פאר אירע מיטגלידער. און דעריבער באקעמפט יעדע ארבעטער־ארגאניזאציע אזוי קאנסעקװענט און אוםברחמנותדיק דאם אונטערנעמערטום אין אידע אײגענע רײען. מער װי אין אנדערע איז דער אונטער־ נעמער־עלעםענט געפערלעך אין ארטיסטן־פארײנען. דא װיל דער אונטערנעמער נישט בלויז פארדינען געלט, דא איז ער אויך אויסן צו פארזארגן זיך אדער זײנע נאענטע מים ראלן, רעקלאמעס, רעצענזיעם. דא באשאפט זיך א פלאנטער פון געלט־ גיריקײס, יאגעניש נאך כבוד, צעפלאקערטע אמביציעס, אײביקע אינטריגעם. איז טאקע קײן װונדער נישט, װאס ארגאניזאציעם פון ארטירשן באװארענען זיך מיט אלע מיטלען קעגן דער אנארכיע פון אונטערנעמערישע ארטיסטן־קאלעקטיװן. די דײסשע בינע־ גענאסנשאםט מיט אירע צענדליקער טויזנטעי מיטגלידער, װאס געמט ארײן אן א שום שטער יעדן, װעלכער ארבעם אין א טעאטער־אונטערנעמונג. פון דעם הױפט־רעזשיםער ביז דעם בילעטער, באשטימט בפירוש אין פאראגראף 5 סון אירע תקנות,

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.