Literarishe bleter
- Journal
- Literarishe bleter
- Volume
- 3 (1927)
- Issue
- 33 (19.8.1927)
- Date
- 1927-08-19
- Page
- Seite 646 (sequence 14)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 69% known words query
- IRI
…/4795427-8774843-8800927--02515-4797809- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
33 .זא ליטערארישע בלעטער 646 נאניזירטער סארם (אפשר דורך רעליגיע-אױב רעליגיע בכלל איז פארם). אן אויםגעפערטיקטע און שטאנדהאפסע פארם איז שטענדיק א סינאנים פון בלוטארעמקײט פון דעם .געפארעמטן* שטאף גופא. דאם איז דער קענטיקסטער םימן פון אומפװכט־ בארקײט פון דער אויסגעפרעסטער און אויסגעזויגענער מאטע־ ריע. מערב־אײראפע איז דורכגעפרעסן דורך דער אײנשרומ־ פענדער פארם, רוסלאנד דאקעגן קאן זיך עד־הױם בארימען מיט א נאטירלעכן װידערשטאנד קעגן די פילערלײ אנגעװאר־ פענע פארם־קײטן. דאס גרויסע און ברײטע רוסלאנד איז באהערשט דורך דעם אומגעהײער לאנגן און ברײטן שטח. װןןם הילט אײן דעם מענטשן און ציט אים אין די אומענדלעכע װײטקײטן. דער אומענדלעכער שטח. אין װעלכן דאס מענטשלעכע אויג פארלירט זיך, איז נישט דורכגעםלאכטן מיט קײן שום קורהאנען, בערגער, טאלן א. ד. גל. — א ברײט פאנאנדערגע־ שפרײטע פלאך מיט אן אײנהײטלעכן טריב־מאטן קאלארים. דאס דאזיקע אנטפארמס די רוסישע פסיכיק. דער מאננל םון דיסציפלינירטער פארם שטויםט דעם רוסישן מענטשן אין דער .שטח״־װײטקײט און באקומט א קארעלאט אין דער אפאקאליפ־ טישקײס. דער רוםישער אײגנארט טראגט אין זיך גלײכצײסיק דעם אטעם פונם אלגעמײן־מענטשלעכן, אן אײגענע װעלט מיט אן אײגענע זון, װאס גיט ליכט און װארעמקײכ פאר די איבעריקע װעלטן. דער קװאל פון דער אוררוםישער קראפט איז די םסיכיע, װאס טראגט אויף זיך דעם חותם פין דער געא■ גראפישער לאגע פונם לאנד. די םטיכיע איז—אין גרונט גע־ נומען — דאס ריינע און פארמלאזע. לויט איר געבוי, איז די רוסישע ערד אויסערגעװײנלעך שװער צו באהערשן, עס איז שװער זי צו פארמירן און קולטיװירן. דאס זעלביקע איז מיט דער רוסישער פסיכיק. זי איז אײנפאך געםאנגען דורך דער נא־ טור און םטיכיע. אט דאס קשה־עורף׳דיקע איז מסוגל נאר אויסערלעך אויפצונעמען געװיםע אנגעװארפענע ריכטונגען, מיט װעלכע מ׳עקספערעמענטירט, בײם ערשטן װיגט אבער בלאזט זיך דער פודער פאנאנדער און די הויט בלײבט בײ איר נאסירלעכער פארב. אזוי ארום איז פאראן באדן פאר געמיט, םיאיז מעגלעך אוממיטלבארע װארהאפטיקײט, א דאנק װעלכער מ׳קען דורך דער פריזמע פונם דמױן זיך אויםלעבן אין דער װיזיע פונם דעם — עד םוף כל הדורות־עגבערנדן־רעטעניש — װעלכעס מ׳רופט סוד־היצירה. די אײראפעישע קולטור אלס גאנצקײט איז שוין דורך דער געשיכטע אנטשידן געװארן, ארט פאר אומדעצידירטקײטן איז אפשר פאראן בלויז בײם יחיד. רוסלאנד דאקעגן װאקלס זיך נאך עד היום אין דעם קרײז םון גורל, איר ראל איז נאכנישט באשטימט, זי שװעבט נאך אין דער װעלט פון כל• ערלײ מעגלעכקײטן. רוסלאנדם מנאקראקאסמאס איז רוי־שטאף, װאס פארבארגט אין זיך אומדערפארשטע כחות. דאס באאײנ■ פלוסט דירעקט דעם מיקראקאסמאס און מאכט אים פשוט דער־ פון אפהענגיק. די רוםישע אינעװײניקםטע אומפארענדיקטקײטן רעכטפארטיקן שוין דעם כסדרדיקן דראנג צו װידערשאפונג און באנײאונג. די רוםישע קולטור איז אנגעװיזן נישט בלויז אויף ענג־פ סיכאלאגישע ענדערונגען. נאר דערעיקרשט אויך אויף ברײט־היםטארישע שנוײם. בליק פון באשטימטע עקספערימענטן, װאס זענען אפשר ביכולת ארײנצופירן אנײעם סיסטעם, אבער נישט קײן װעזנטלעכע אי־ בערקערענישן. סיסטעמען קאנען זיך בײטען. אבער מהות בלײבס מהות ביזן לעצטן אטעם־צוג. די גײע דיכטונג האט זיך אזוי פארװירט אין אירע ״נצחונות*, אז ס׳היןט זיך איר געדאכט. אז זי שאפט באמת א ױעזנטלעך נײע קונסס. יוליאן טוװים זעט װי זײן בליק לע־ כערט דורך דעם הימל אין מיט די פים שטויםט ער די ערד־ קויל. װלאדימיר מאיאקאװםקי לאכט פון דער אלטער אפגע־ לעבטער װעלט. װאס איז שוין געל פון פארװעלקטקײט און פרײט זיך דעריבער שטארק, װאס אין זײן נשמה איז נאכנישם דא קײן אײנציקע גרויע האר און קײן ברעקל אלטקײטס־װײכקײט, ער טרעט איבער דער װעלט אלס פרישער צװאנציק־יאריקער שײנער ױנגערמאן. אויך פרץ מארקיש רײםט איבער מיט דער אײנגעזעםענער װארעמקײט און גײט דאװנען אין קאבאק $דער ציגײנערישן טאבאר, דארס װעט ער קניען צו דעם צען מאל פאראוםװירדיקטן אומעט פון בלינדן לײב. מ׳דארף װירקלעך זײ1 זײער קורצזיכטיק, כדי אין דער צעװירבלטער צעכראסטעטקײט דערזען גאר פרילינג. תהו ובהו קאן אפשר זײן דער אנ־ זאג פון א אויפגײענדער תקופה. תהו ובהו איז אבער קודם־כל א מבול־בא־ װײז פון א זינקענדער און אונטערגײענדער װעלט. ך, ליטעראטור איז תמיד ארומגערײפט מיט יענעם װ ע[ל ט ־ ג ע פ י ל , מיט װעלכן א באשטימטע הי־ סטארישע תקוםה לעבט און װירקט, דאס װעלט• געפיל פון הײנטיקן דור האט אויף זיך סראדיציאנעלן באגאזש און װערט דורך דעד זעלביקער פארזשאװערטער רײף געפרעסט און געדריקס, אבער דערװײל אין קײן פאל נאכנישט געבראכן. גיכער זענען דאס אפגעבליצטע צאנק-פײערלעך, װאס גײען אויס אין זײער גע־ שיכטלעך־פארצו־גענעם גםיםה פלאטער, ס׳שײנט דעריבער צו זײן נאיװ פון די, װאס װילן דעם מאמענטאלן פלאטער באנעמען אלם מאנומענטאלן פלאם. מהאי טעמא לײדט ם׳רוב די הײנטיקע ליטעראטור-קונסט אויף א דוחק םון ע כ ט־ ק.ײ ט און ממילא פון געסיט. אמת, ס׳לאזן זיך׳מערקן גרוי• םע דערגרײכונגען אויף דעם געביט פון דיכסערישער קולטור, אומגעהײערע געװינסן אין דעם ענין פון שפראך, פארם. קאמ־ פאזיציע און םטרוקטור, אין תוך אבער איז דער אלגעםײנער ריטם אן אנעמישער^׳און דערפאר אויך א געמיטלאזער. ארט פאר ג ע מ י ם איז פאראן אין די ליטעראטורן, װאס לעבן זיך אוים אויף א גײסטיק־נארהאפטן׳״באדן ד. ה. װו דאס^װעלט־געפיל איז נאכנישט געפרעסט^און געפעלשט׳געװארן. ר ו ס ל א נ ד שײנט לעת^עתה׳ צו^זײן אײנס^׳-פון די ״צוגעזאגטע לענדער״, װו ס־לעבט זיך אויס לויט א באשטימט װעלט־געםיל. אין קעגנזאץ צו דער ,אײראפײאישקײט״ איז דער רו־ םישער םזרח נישט געצוימט און געהעמט דורך קײן שום קא. ס*ערג*י יעסיענין