Mannheim
Compact Memory

Literarishe bleter · 1927-08-19 · 33 (19.8.1927) · p. Seite 634

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Literarishe bleter
Volume
3 (1927)
Issue
33 (19.8.1927)
Date
1927-08-19
Page
Seite 634 (sequence 2)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
75% known words query
IRI
…/4795427-8774843-8800927--02503-4797797
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

33 זא ל יסןוווזען נ ל ן ס 7ו 634 דינגונגען. און נאך מיט דרײ יאר גוריק האס די #וילישע מאכט געגעבן אן אונטערנעמער די ברירה אראפדוברענגען אדער גראנאװסקים ײדיש םעאטער אדער די העברעישע .הבימדי׳ אדער דעם רוםישן .קרומען שפיגל״. אויסגעקליבן האט יענער אונטערנעמער דעם ״קרומען שפיגל*. און געבראכן גלײך נאך דער ערשטער פארשטעלונג ריקן און לענד. און מיט רעפעז־סואר איז בעסערז בו זעעי בײ אונז אן א אמעריקאנער בעסערע פיעסע— קומט אן מיט נרינע װערם. און אונזערער א שרײבער אויף אן אמעריקאנער ביגע-איז א זעלטעגע זאך... נאך זעלטענער איז, אז א שרײבער זאל אמאל באקומען א גראשן פון אן אויפפירונג פון זײן פיעסע, אויב ער נעמט נישט אפ די פאר דאלאר, אײדער ער גיט ארוים די סחורה פון האנט. װארום שפעטער האנדלען שוין אנדערע מיט איר, די װאס זענען אוחז ביד. איז א װונדער, װאס שרײבער אײלן זיך נישט פארזארגן דאס טעאסער מיט פיעסעסי און װאס פאר א ײדיש טעאםער האט גרײט א רעפער־ טואר לפחות פאר א ײ ן סעזאן (אן אײראפעיש דורכשניטלעך טעאטער איז םארזארגט שטענדיק אויף א פינף־זעקם סעזאנעןז װעלכע ײדישע טרופע קאן, שפילענדיק א פיעסע, זאנן אויף געװיס, װאם די צװײטע װעט זײןז דער צופאל קיניגס אין ײדישן םעאטער און ער איז דער קינסטלערישער און ליםע• רארישער ״לײטער״. װי אנדערש װאלט אויסגעזען דער רע־ פערטואר פון ײדישן טעאטער, װען די טרופעם װןלטן זיך צונויפגערעדס, װען מחברים און איבערזעצער באקומען אוים־ געצאלט זײערע טאנטיעםעסז װאס פאר א װירקונג װאלט דןןס האבן בלויז אויף אײן געביט: אויף די איבערזעצונגען פון דער דראמאטישער װעלט־ליטעראטורז עם איז פשוט א בושה צו זאגן, װי ארעם מיר זענען אין דעם פרט. אבער נאך װײםער גרײכט די ארגאניזאציאנעלע כאןן־ טישקײט אין די לעצסע יארן. נישם אײנמאל װעט אײך אויס־ קומען צו הערן אויף אײן בינע אין אײן פיעםע אלע ײדישע דיאלעקטן, װאס מיר פארמאגן. עס איז נישט שטענדיק געװען אזוי. דאם אלטע ײדישע טעאטער,—דער ״באלאגאןי— װי לי• טעראטן האבן אים גערופן—האט א םך מער מקפיד געװען אויםן דיאלעקט, װי דאס הײנטיקע טעאסער. קײן אויסגעארבעט אײנ■ הײסלעכע סצענישע אויסשפראך איז גישט געחען. אבעד די התחלה איז געװען און די ריכטונג. דאס לעבן אלײן האט עס דיקטירט און אזוי װי דאס רוב ארטיםטן האבן זיך רע־ קרוטירט פון גאליציע, רומעניע און בעסאראביע, איז יענער דיאלעקס געװען דער הערשנדיקער. צו אים האבן זיך געמוזט צופאסן אויך די ליטװאקעם, װאס זענען פארבלאנדזשעט גע• װארן אויף דער ײדישער בינע. א צעמישונג האס ערשט ארײנגעטראגן די ״װילנער טרופע׳ מיט איר ליטװישן דיאלעקס, װאס האט. אגב, אנגעהויבן צו גילטן אין געװיםע קרײזן פון טוער און לערער£װי א םימן פון אינטעליגענטישקײט לגבי דעם פוילישן דיאלעקט4(װי א םאל רוםיש לגבי ײדיש). אויב דער כאאס זאל װײטער_נישט װאקםן, מוז אן אויטאריטעטיװע קער• פערשאפט אויםארבעטן כללים פאר אן אײנהײטלעכער סצעני• שער אויסשפראך. דאס זענען װײט נישט אלע פראגן, װןןס נויטיקן זיך אין א גיכער פארענטפערונג. עם איז גענוג נאך צו דערמא־ נען דעם געזעלשאפטלעכן כאראקטער פון ־ידישן קן3• אטער, װאס מו) פארבײטן דעם פריװאט־אונטערנע*ערישן, סטא ריש־עגאצענטרישן און קאלעקטיװיםטיש־אנארכישן. אויך דזן מוזן אלע ביז־איצסיקע באמיונגען םאראײניקט און קזןארדינירם װערן. י מער פאר אלע אנדערע צװײגן פון ײדישער קולטור האט דאס ײדישע ט ע א ט ע ר געהאט די מעגלעכקײט צו אנטװיקלען זיך. פאר אים זענען די אביעקטיװע באדינ־ גונגען געװען די סאמע נינציקססע. און אויב עם האט נישט םארפעםטיקט זײנע פונדאמענטן, איז דאם נאר א דאנק זײן ארגאניזאציאנעלער אומבאהאלפנקײט און צעפארנקײט. דא װאלט א קאנגרעם געקאנט אויפטון א סך און אפשר אלץ. ײדיש טעאטער געפינט זיך הײנט אומעטים, װו ײדישע מאםן לעבן. אין פוילן, ־אטנפארבאנד. לעטלאנד, רומעניע, עסטרײך, אונגארן, טשעכאםלאװאקײ, דײטשלאנד, פראנקרײך. ענגלאנד, צפון־אמעריקע, ארגענטינע, קאנאדע, דרום־אפריקע. צװישן די פארשידענע קיבוצים קומט פאר א שטענדיקער אוים־ בײט פון בוחות: ארטיםטן און אמאל טרופעס. װער עם האט געשפילט אײן סעזאן אין װארשע. שפילט א צװײטן אין יא■ האנעסבורג אדער בוענאס־אײרעס, װער סיהאט געשפילט װינ־ טער אין ניו־יארק, שפילט זומער אין װילנע אדער ראװנע. אבער די דאזיקע װאנדערונג איז א װילדע, א כאאטישע. עס קומט. װער עס װיל, װי אזוי ער װיל און מיט װאס ער װיל. עם נעמס אים אויף,• װער עס װיל און װי אזוי ער װיל. אנאנסירט מען אין דער הויפט־שטאט א דריטראנגיקן אמעריקא־ נישן אקטיאר פאר א סטאר. טאמאשעװסקיס אן אלטע פיעסע פאר א ״נאציאנאל קונסש װערק״ און עס איז רעכט אזוי. און אן ארטיםט װי באראטאװ, װאס קלויבט זיך אויפן זומער קײן ױראפ. באשט־מט ערשט אין פאריז זײענדיק. צו באזוכן פוילן, קומט אהער אומגעריכטערהײט, געפינט װארשע ,פארנומען״, שלעפט זיך ארום א צײט איבער דער פראװינץ און װערט פלוצלינג. אן א זײ געזונט. נעלם קײן רומעניע צי עסטרײך. און װאס פאר א מײנונג טראגט ער ארויס װעגן פוילןז װאס װעט ער איבערגעבן די ניו־יארקער ארטיסטן, די בעסטע, װאס חלומען צו שפילן אין ײארשע כאטש א קורצע צײטי און װאס פאר א םײנונג באקומט דער װארשעװער טעאמער־באזוכער װעגן אמעריקאנער סטארן נאך דעם. וזאם ער האט געזעען: װעמען ארט דאס. אז דער צוטרוי פון עולם צו ארטיםס און פון אקטיאר צו פובליקום װערט אלץ שװאכער, דער קאנטאקט אלץ לויזער ז די צײטן, װען מען האט געשטעלט א פיעסעלע אין עטלעכע טעג. זענען לאנג אװעק. הײנט ארבעט מען אויף א שטיק װאכן און חדשים און אמאל (װי אין מאסקװע) יארן. זענען די דערגרײכונגען פון די ט ר ו פ ע ס ערנםטע, װאגיקע. ארויסגעריםן פון אנםאמבל, קאן דער ארטיסט, אפילו דער פעיקסטער, נישם באװײזן קײן הונדערטסטל דערםון, װאס עס איז אויפגעטון געװארן, בפרט, אז גאסטראלירנדיק דארף ער אויסשטעלן יעדע פיעסיע אין צװײ דרײ טעג. װערן בײ די אומות העולם אלץ זעלסענער גאסטראלן פון אײנצלנע ארטיסטן אין אלץ אפטער גאסטראלירן ג א נ צ ע טרופעם (אמאל אין א פארקלענערטן באשטאנד) מיט אײגענע דעקאראציעס, קאסט־ יומען, רעקװיזיטן און דעם איבעריקן קלאפערגעצײג. אזוי איז דאס מאסקװע־ ײדישע קאםער־טעאטער (אנפירונג: גראנאװםקי) ארומגעפארן םאראיזןרן און הײנטיק יאר איבער די ײדישע גרעסערע קיבוצים און קלויבס זיך קומענדיקן סעזאן קײן מערב־אײראפע און אמעריקע. אזוי האט פאר צװײ יארן מאריס שװארצס ניו־יארקער קונסט־טעאטער באזוכט פאריז, בערלין און װין. אבער קײן װארשע איז נישט געםארן שװארץ און עם װעט נישט קומען גראנ$װסקי. הגם שװארץ חלשט צו שפילן אין ײארשע און גראנןןװסקי האט זיך געפרוװט םארבינדן מיט אלע אונטערנעמער און האט זײ פארגעלײגט גלענצנדיקע בא־

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.