Mannheim
Compact Memory

Literarishe bleter · 1927-08-05 · 31 (5.8.1927) · p. Seite 594

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Literarishe bleter
Volume
3 (1927)
Issue
31 (5.8.1927)
Date
1927-08-05
Page
Seite 594 (sequence 2)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
76% known words query
IRI
…/4795427-8774843-8800922--02459-4797755
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

31 זא ליטערארישע בלעטער 594 װאס האט זיך אנגעהויבן בײם דיכטער און פארענדיקט אינם װערק״,—און נאך מער, מאס האט זיך אנגעהױבן אינם^לעבן, אדורך דורך דעם דיכטער און געזוכט אנטפלעקונג דורך דעם דיכטערס װערק. און דאן װעט די מאדערנע ײדישעי^דיכטונג זײן פאר אים אן אומאויסשעפלעכער קװאל פון אידעען, עמאציעם, קינסטלערישע בילדער,—און דאן. גלײב איך, װאלס ער נישט געװען פון די, װאס האבן זיך גענומען א מין ״פאדריאד״ פון הכל־בכל אװעקמאכן מיס דער לײכטער האנט פון פאלעמישע אײנפאלן און אנפאלן (אמת, גאנץ-אפם זײער געלונגענע און טרעפלעכע, אבער נישט ריכסיקע:) און איבער־ קערן די ,קערה על כיה״, װי זײן שטײגער איז ביז איצט. 11 די אויפגאבע פונם קריטיקער איז נישט צו זאגן מבינות, צו פארשאפן בוכהאלטעדישע רשימות פון מעלות און חסרונות, פון שםריכן און שפורן, אויםצושפיאנירן ,השפעות״, אדער גאר זיך אנטשעפן אין דעם דיכטער, און אים מיםברויכן װי אן אביעקט פאר אײגענע חידושים און חריפות. דאס איז אין אל־ געמײנעם אן ארבעט פאר יענע אומהײמלעך־פלינקע ליטערא־ טור־לומדים, װאס װײסן שוין פארוים, װאס פאר א מײנונג זײ װעלן באלד באקומען, װאס דארפן נאר א װײלע אײנקנײטשן דעם טרענירטן שטערן אין זײנע אנגעגרײטע קנײטשן, װאם טראכטן נאר א רגע ארײן און זאגן באלד ארוים, אז מיר האבן דא פאר זיך א ,מאדנע ערשײנונג״ א. א. װ. דאס איז אויך א פראזע פון משה גראסן גופא, חעלכע איז ספעציעל פון אים אלײן צוגעגרײט פאר זײן .אנטשעפן זיך אינם דיכטער (אין פרצן) און אים מיםברויכן װי אן אביעקט פאר אײגענע חידושים און חריפות״. זאל מיר משה גדאס םוהל זײן, נאר מיס זײן עקשנות־ דיקן מחלל זײן פרצן דערמאנט ער אן,יענעם ישיבה־בחור, דעם אפיקורס, װאס האט געגעסן עמעצן אויף צופיקעניש חלבנע ליכט און דערבײ שטארק ,פאטשמאקעװעט״. עס איז א באזונדער מין דבקות. פארגלאצטקײט (אױף דער לינקער זײטז) אין דעם אראפרײסן פרצן און אנהענגען אויף אים אזוי פיל אויסטערלישע אויסטראכטענישן, װאס זענען אין שארפסםער םתירה מיט פרצן, מיס זײן גײסט, מיט זײן גאנץ װעזן. װײל נאר אויף צו־להכעיס און אויף צופיקעניש קאן מען אנװענדן צו פרצן אזעלכע מיני װערטער, אז .דער גאנצער לעבעדיקער ארגאניזם פון דער ײדישער ליטעראטור האט נישס געקאנט פארדײען די אינטעליגענטישע מוח־אױסטריקעניש^ פון זײנע (פרצעס) ליטערארישע הלואות. די קונציק־געמאכטע פא־ עטישע סוראגאטן, מיט װעלכע ער האט פארמוטשעט איר גע־ זונטע נאטירלעכקײט, און אין װעלכע דאס פאלק האט נישט געװאלט ארײנלײגן אפילו א ברעקל גײםטיקע ענערגיע״... און װײטער: ,די ײדישע ליטעראטור האט צוגלײך געמוזט דער־ פילן אין פרצעס שאפן די שפיציקײס פון א בײזן תלמיד־חכם, א נישט־פארגינער, װאס פשטלט־אוים א פסיכאלאגישן^ כפתור ופרח א. א. װ״. איז טאקע משה גראס לחלוטין נישט באקאנט מיט פרצן, מים זײן באראקטער, מיט זײן שאפונגס־װעג, מיס דער אטמאספער, אין װעלכער ער האט כסדר אין לויף פון עטלעכע און צװאנציק יאר געלעבט און געשאפןז מיט זײנע ערשטע װערקן מיט .מאניש״, ,דער כעלמער מלמד״, װענום און שולמית״ האט פרץ גלײך אויפגעריכט די ײדישע ליסע־ ראטור און ארויפגעשלאגן זי אויף א נײעם, ביז־אים נישט גע־ דאכטן שעפערישן װעג. ,אין פאסט־װאגאן״, .בילדער פון א פרא־ װינץ־רײזע״ און די צענדליקער רעאלע און רעאליםטישע בילדער, מרה שחורה, איז באמת נישט מער װי דרוש לשם דרוש. דאם ײדישע לעבן איז רײך געװען די לעצטע יארן מיט די כל־ ערלײ שרעקלעכסטע פלאגן און פורעניותן, אלגעמײנע און ספעציעל־ײדישע. דער ײדישער דיכטער האט אדורכגעמאכט א שיוערן פײנפולן לעבן. װאס האם זײער אפט געהאט און געמוזט האבן געמײנזאמע בארירונגס־פונקטן מיט דעם נישט־ ײדישן דיכטער, און דעריבער זענען געװען און געמוזט זײן אויך בײ אונז די פארשידענע. װי גראס רופט עס אן, ,פאע־ טישע משיגעתן, װאס מאדערנע ליטעראטן האבן אלץ געקאנט אויםטראכסן״. גראס מײנט נישס אנדערש. אז יעדער ײדישער דיכטער, א״דער ער איז צוגעטראטן אנצושרײבן זײן ליד, האט אויפגענומען אין זיך אלע די .װעלט־משוגעתן״ און דערנאך ערשט גענומען שאפן זײן געד־כט לויט אלע כללים פון דער װללש־דיכטונג אין לויט זײער ,צלם ודמות״. גראס, בעתן אויסטענהן זיך מיט י. שטערן, װײסט צו זאנן. אז .דער דיכטער שאפט נישט קײן יש מאין, בויט נישט אויף זײן װערק פון הוריות, נאר פון גײםטיקע איבער־ לעבינגען, װאס םובםטאנצירן זײן פארם און װילן״. א מער, ײאלם משה גראס זיך אנגעטון אכח און געדולדיק אדורכגע־ גאנגען די װעגן און אומװעגן פון דער ײדישער ליטעראטור און דיכטונג פאר די לעצטע יארן. און דאן װאלט ער ארויס־ געפינען נישט בלױז ,עפאכאלע פאלשקײםן. פעלערן, פלאכ־ קײטן, װאס זענען פראדוצירט געװארן אין איבערפלום אין די דיכטונגען פון דער יונגםטער עפאכע״. די ײדישע דיכטונג האט אדרבה ואדרבה ארויסבאװיזן ד־ לעצטע יארן א שטארקע שעפערישע אינטענסױוקײט און א ענגע אקטיװע פארבינדונג מיטן ײדישן און אלגעמײנעם לעבן, זי האט אין פיל־פיל שאפונגען בלי םפק דערגרײכט גאר־גאר הויכע קינסטלעדישע מדרגות. די ײדישע דיכטונג האט אין די לעצטע יארן אין הינזיכט פון פארם און אינהאלט, פון םאר־ נעם און בילד ו־ײט־װײט אריבערגעשטיגן די אלע גרענעצן און מ$סן פון דער ביז־איצטיקער ײדישער דיכטונג, און ס׳איז באמת קאמיש צו רעדן װעגן דער מאדערנער ײדישער דיכ־ טונג, װי װעגן עפעס אן ״אומגליק״, װי װעגן עפעס א סויגע־ ניכטס. ס׳איז, דוכט מיר, גענוג אן אויבערפלעכלעכער פארגלײך, װי די ײדישע דיכטונג האט רעאגירט און אויפגענומען אמאל— די רעװאלוציע 1905—1906. און איצט-די לעצטע רעװאלוציע, — כרי צו זעען באשײנפערלעך דעם געװאלדיקן מהלך צװישן דער איצטיקער ײדישער דיכטונג און דער פריערדיקער. און אויך אונזער פראזע. זענען מיר פאר די לעצטע יארן נישט בארײכערט געװארן מיט א רײ װערק, װאס פארטונקלען און פארשאטענען די פריערדיקע װערק (אויך פון די זעלבע מחברים) מיט זײער הרחבה, מיט זײערע פראבלעמען, מיט דער אלגע־ מײנער אויפפאסונג פון תקופות און געשטאלסןי און אויב דא און דארט האבן זיך ארײנגעריםן צעטומלונג, כאאטישקײט, צע־ שױבערטקײט, צעכראםטעטקײט—איז עס א נאטירלעכער פועל־יוצא פדן דער צעסופלטער תקוםה מיט אירע כאאטישע װילד־געשרײ־ ען. און אין דעם איז די נאטירלעכקײס, די ארגאנישקײט פון דער מאדערנער ליטעראטור און דיכטונג. און נישס סתם־ טאדי״ען דארף מען דערפאר, נאר מיטפילן, פארשםײן. — אין משה גראס, װאם פארשםײט אזוי גוט, אז ,דורך דעם קריטיקער דארפן סיסטעמאטיזירט װערן, אנטװיקלט װערן אלע יענע געזעצן פונם קונסט־װערק, פונס אינדיװידועלן פרט צום אלגעמײן־גילטיקן קינסטלערישן כלל״,—װאלט בעסער מיט זײן פלינקן קאפ און שארםן מוח זיך גענומען צו פאזיטיװע קריטישע ארבעטן און קלאר געמאכט ,דעם גײםטיקן פראצעס,

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.