Literarishe bleter
- Journal
- Literarishe bleter
- Volume
- 3 (1927)
- Issue
- 30 (29.7.1927)
- Date
- 1927-07-29
- Page
- Seite 584 (sequence 16)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 76% known words query
- IRI
…/4795427-8774843-8800920--02448-4797745- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
30 זא ליטערארישע בלעטער 584 הערן זיך אן פארשידענע מעשױת און ברענגען זײ אהײם גו טראגן דוזאמען מיטן שװער פארדינטן גראשן. 2. ד א ר פ ס־ב ע ל-מ ל א כ ו ת, װןןם גײען מיט זײער געצײג איבער די דערפער. 3. קלעזמער, בדחנים, װאם גײען פון אײן חתונה צו דער אנדערער איבער די ארומיקע שסעטלעך, און אויף שמחות אין די דערפער. 4. ש ד כ נ י ם 5. ארעסעלײט. בלינדע מוזיקאנסן, זינ■ ג ע ר. 6. אהער געהערן אויך חםידים, װאס גײען צום רבין, אדער פארבלײבן א צײט בײם רבין אויסן ״הויף׳, הערן זיך אן פארשײדענע מעשיות פון רבײם און צד־קים. געװײנלעך װיל נישט יעדער גלײך גערן דערצײלן, מען שעמט זיך (הײנס אין די צײטן פון די גאזעטן און קלוגע ביכערו) מיט אט די בבא־מעשיות, װאס לעבן נאר צװישן קינ־ דער און אלטע. מען איז חושד, אז מען װיל זײ אויסלאכן, חוזק מאכן פון זײ דארף מען קודם כל געװינען דעם פולן צוטרוי פון די מענסשן, אויפקלערן זײ אויב ס׳איז נײטיק און אויב ס׳איז אויפן ארט, און געבן צו פארשטײן, אז אט די אלע מעשיות זענען נישט אזוי נאריש װי מען האם זײ אײנגערעדט און װי זײ םײנען אל״ן הײנט־ אז א םך פון זײ שםײגן אפטמאל אי־ בער םיט זײער חנעװדיקער פשוטקײט, מיט דער רײכער און פארביקער פאנטאזיע, די מעשיית װאס זענען געדרוקס אין די ביכער. אלץ װינציקער הערט מען שוין הײנט דערצײלן די מעשױת. מיר טארן זײ נישט לאזן פארפאלן גײן. מיר װילן זײ אלע אויפזאמלען און אזויערנאך אויפשטעלן א װערדיקן דענקמאל די אומבאקאנטע דיכטער און דערצײלער. מיר װילן די ײדישע מעשה צוריקארײנברענגען אין דער ײדישער שול, אנשטאט צו זוכן בײ פרעמדע פעלקער און אין פרעמדע ביכער. און זאלן די קומענדיקע דורות זען ס־ארא רײכע און שײנע מעשה־װעלס האבן אונזערע זײדעם זיך אױפגעבויט אין דעם פארמוטשעטן אנגעשראקענעם ײדישן געסל! מיר גיבן דא אצעסל מאםיװן ארום װעלכע ס־װעבן זיך די ײדישע מעשיות. סײ דער זאמלער פילט זיך זיכערער, אז עד װײםט אויף װאם זיך צו פרעגן, סײ דעם דערצײלער איז לײכטער זיך צו דערמאנען ענלעכע אדער אנדערע מ$טיװן. דערפאר דארף מען דעם צעטל נישט באטראכטן פאר אן אויסשעפנדיקן. ם־איז נישט קײן צענם חלק אפילו. װײל אין דער אמתן װײםן מיר דאך נאך הײנט נישט, װאס םיר פאר־ מאגן. הונדערטער מאטיװן װאנדערן נאך אין די ײדישע ישובים פון גאר דער װעלס און װארםן אויף זאמלער, װאס װעלן קומען און זײ פארשרײבן. מיר צײכנען דא אן נאר די באקאנססע: 1. װונדער־מעשיות רופן מיר אן כלערלײ פאנטאםטישע מעשױת פון איבער־ נאטירלעכע װעלטן. דערשײנונגען פון פרינצן, בת־מלכות, םאר־ באהאלסענע אוצרות, רוחות, רעדנדיקע סײגל א. אז. װ. ביג האט דורכגעפירט א געלט־זאמלונג פארן אינסטיטוט. װעלכע האט געגעבן 66.50. א גענויע קװיטירוגג װערט געגעבן צום סוף פון די הײנטיקע ידיעות. ־ אין פאדבראדז האט פרײנד טוביה גורװיטש פון אײגענער איניציאטיװ אויפגעזאמלט א סומע פון 45.75 זל. פארן אינסםיטוט. ־ נײע זאמלער־קרײזן האבן זיך געבילדעט אין ק ר א ש נ י ק, בראש מיט ז. דיאמענד. פ. בראנער און נ. ש. מײזעלס און אין ד א מ ב ר א װ ע לויט דער איניציאטיװע פון מ. קרײצער. ־ די אלגעמײנע פארזאמלונג סון דעם ײדישן דראמא־ טישן קלוב א. נ. פון ש. אנ סקי אין ל ע מ ב ע ר ג, װעלכע איז פארגעקומען אין אפריל ה. י. האט אנגענומען א באגרי־ סונגס רעזאליציע פארן אינכטיטוט. ־ז־ אין דער לעצטער צײט האבן באזוכט דעם אינסטי־ טוט ד״ר חײם;שיטלאװסקי (אין א געשפרעך מיט א מיטארבע־ טער פון ביאליסטאקער ״נײעם לעבן׳ האט זיך ד״ר זשיטלאװ־ סק־ אויסגעדריקס: ״איך בין אנטציקט םון די דערגרײכינגען פון אינסטיםוט״), דער דעפוטאט פון לעטישן סײם ד״ר נ. מײזיל, נחמן מײזיל, ז. סעגאלאװיטש. ש. מענדעלםאן, פ. גראו־ בארד, א. אײנהארן און א גאנצע רײ װילנעי עקסקורסיעס. פילאלאגישע סעקציע עטנאגראפישע האמיםיע אנקעטע נומ. 11 יולי 1927 מ ע ש י ו ת לאמיר זיך צוהערן, װאם דאס פאלק דערצײלט אין די אלטע ײדישע שטיבער. אין די ײדישע געסלעך פון פארשידע־ נע שטעט און פארװארסנםטע שטעםלעך. ס־דערצײלן נאך אומעטום די מאמעס זײערע קינדער די װונדערלעכע מעשױת פון גוטע ײדן, װאס קומען און העלפען ארעמע םענטשן אין דער שװערער שעה, פון צװאנציק גזלנים װאס װוינען אין װילדן װאלד און װילן ארויםנארן דעם גבירם שײנע טאכטער, פון שטיפמאמעס, מכשפות און נאך און נאך, ס־װײםן נאך די באבעס צו דערצײלן פון אמאליקע יארן. פון שרעטעלעך, װאס ברענגען מיט זי־ך מזל־ברכה אין שטוב. פון שלעכטע מענטשן, װאס פלעגן אויסטראכטן בילבולים און פאלש־ קײטן אויף ײדן, פון אליהו הנביא, דעם אײנציקן װאס פאר־ געםט נישט דעם ײדישן ארעמאן. און אין די קלויזן בײם ספר צי בײם אויװן, װו סיזיצט דער פראסטער עולם, װערן נאך הײנס דערצײלט מיטן זעל־ ביקן ברען און התלהבות. מופתים פון גרויסע רבײם, פון יהונתן פרעגער, װאס האט געשמיסן דעם קיסר, ער זאל אראפנעמען פון ײדן די גזירד., פון די פארבארגענע גרויסע צדיקים, װאס גײען ארום איבער שטעט און שטעסלעך פאר־ שטעלט װי װאסער־טרעגער, ארעמע שנײדערס, שמשים און ברענגען מיט זיך די גרויסע ישועה. אימגעהײער רײך איז דער אוצר פון דער ײדישער מעשה. סילעבן נאך הײנס אין די ײדישע ישובים די פאלקס־ דערצײלער, די אמתע טרעגער פון דער ײדישער מעשה. װער זענען זײז 1. קודם זענען דאס םוחרים, װאס גײען אי־ בער די ירידן, װאס טרעפן זיך מיט פארשידענע מענטשן, און