Mannheim
Compact Memory

Literarishe bleter · 1927-07-29 · 30 (29.7.1927) · p. Seite 573

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Literarishe bleter
Volume
3 (1927)
Issue
30 (29.7.1927)
Date
1927-07-29
Page
Seite 573 (sequence 5)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
74% known words query
IRI
…/4795427-8774843-8800920--02437-4797734
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

573 ליסזרןריון בלזסער 30 זא װער איז שולדילו: די ליטעראטור, צי די ל,ריטילו? (װעגן י• שטערנם ״קרוינען צום קאפ פון דער ײדישער קריטיק״) מ ש ד־ז ג ר א ס ׳, װ י ן רייסן די קוליסן פין יענער פאפירענער װעלט, ױעלכע איז אין אונזער ליטעראטור פון עכטקײט געװען דער ערשטער געלונ■ גענסטער גײסטיקער פאלסיפיקאט, געמאכט מיט דער העכסטער טעכנישער שלמות — אדן דאך װערטלאז ביזן גרונט, אן א שום םימן פון גײסטיקער װירקלעכקײט. עס איז דא נישט דער ארט. צו באגרינדן מיט דער נויטיקער אויספירלעכקײט א רעװיזיע פון פרצעס פאר״ נעם אין דער ײדישער ליטעראטור, װעלכע איך האלט פאר א —איך װאלט במעט געזאגט: היםטארישע ר—אויפגאבע פון דער מאדערנער ײדישער קריטיק. איך צװײםל נישט. אז דאם ײעט מן הסתם געשען פריער אדער שפעטער. דא אבער רעדט זיך דערװײל נאר װעגן דעם פונקט ,י. ל. פרץ און די ײדישע קריטיק׳, װאס שמערן האט באטראכט אין זײן דערמאנטן אר• טיקל. און צו דעם פונקט װיל איך באמערקן, אז די ײדישע קריטיק האט זיך, לויכ מײן מײנונג, נאר דערפאר נישט ארײנ־ געביםן אין פ ר צ ע ם װערק מיט לײב און זעל און נעגל און נישט ארויסגעגעבן דאס, װאס ליגט פארנורעט אין די אונ■ טערשטע שאכטן, װײל אין די דאזיקע קונציק אויסגעבויטע שאכטן, װאס זענען אן א ספק אײנגעארדנעט געװארן מיט דעם ראפינירטםטן ליטערארישן קאמפארט, האט געפעלט אײן אײנציקע װיכטיקע זאך, יענער שטארקער װ ע ר ט־מ א ג נ ע ט, װאס האט באדארפט צוציען און האלטן פעסט די ײדישע קריטיק מיט זײן אײגענעם כוח... פ ד ץ האט נישט באפרוכפערט די ײדישע קריטיק ער האט זי אפשר גענוג באשעפטיקט. ער האט זי אװדאי גע• רײצט מיט זײן שרײבערישער אימפולסױוקײט, ער האט איר אן א ספק אויפגעגעבן גענוג רעטענישן, װאס האבן געפאדערט, מען זאל זיך אר־ינטראכטן אין אים, אבער—און דאס איז דער עיקח—ער האט נישט סובסטאנצירט זײנע רעטענישן מיט אזוי־ פיל שאפערישן װערט, װאם זאל צוזאגן, אז עס װעט זיך ל ו י נ ע ן ״ארײנצובײסן און ארױסצוגראבן׳. און דערפאר טא־ קע איז געװען דאס בעסטע, װאס מיר האבן ביז איצט געקאנט הערן װעגן פ ר צ ן: אז ער איז א ״זוכער״ — א װארט, װאס װערטלט טאקע באמת נישט, װי ש ט ע ר ן זאגט מיט רעכט. װארום דאס װארט. װאס װאלט שוין אפשר יא געװערטלט. האם פשוט נישט געקאנט אױפקומען אין דער פערעציזירסער אויבער־ליטעראטור־אטםאםפערע, װו יעדער פרוװ צוצוגײן צו פרצס װערק א ן דבקות, האט געמוזט באטראכט װערן װי א שטיק אפיקורסות און פריצות־גדר, און װו עס האט טאקע נאר דערפאר געקאנט געבוירן װערן ד^ר דאזיקער כמעט שוין קאנ־ װענציאנעלער פאראדאקס, אז אויב פיגורן בײ קינסטלער מוזן געװ־ינטלעך אדורך אלע שבעה מדורי גיהנום. כדי גערײניקט צו װערן. הײבט פ ר ץ אן פון דער... ,אכטער אפטײלונג אין גיהנום׳ אין אויב אנדערע קינסטלער פארברענגען יארן אויף סכעמאטיזירן. אױף צינויפצושטעלן דעם סקעלעט און נײע יארן ארויפצוציען לײב אויף דעם סקעלעט א. אז. װ״ גיט זיך פרצן אײן, איבערצוהיפערן. װי שטערן מײנט, אלע צוימען און ער הויבט באלד אן בײכ סאמע עיקר: ,װןס א י ז נשםה׳ו און װי אזוי מאכט ער דאסז ער גײט צו גלײך ״אן זײטיקײטן, אן ארומגײעדיקײטן, 111 זײ, די דאזיקע אינטעליגענטישע נודניקעס און כלל־לי טעראטוערס, האבן נאטירלעך באלד משיג געװען די אלע בלי ציקע פעליעטאניסטישע אײנפאלן, װאס פ ר ץ האט געהאט פאר זײערעטװעגן, און טאקע זײ האבן געמאכט דעם גרויםן טומל מיט פרצעס ,זשעניאליטעט׳. װארום זײ די גײםטיקע צװישנ־ הענדלער, האבן זיך באנוצט מיט פ ר צ ע ס שאפונגען נישט װי אוממיטלבארע קאנסומענטן, פאר זײער אײגענעם גענוס װעגן, נאר װי ספעקולאנטן, פאר י ע נ ע מ ס װעגן—און אויף ארויס־ צושלאגן ליטערארישן ר י ו ח פאר דער אײגענער איבערלעבונג ארעמקײט הןזבן זײ זיכער נישט געקאנט געפינען אין דער ײדישער ליטעראטור עפעם פאסיקערם, װי פרצעס עובר־לםוחרי דיקע גלאנציקע גײםטיקײט. דער ל ע ז ע ר אבער, סײ דער פשוטער תמימותדיקער, װאם װיל הנאה האבן אויף זײן שטײגער, סײ דער גײסטיקער, װאס זוכט אין דער ליטעראטור די קינסט־ לערישע געשטאלט, האם געפילט און פארשטאנען, אז עם אױ א מיםברױך פון דער מענטשלעכער פאנטאזיע, װאס חלומט סון שײנקײס, צו באלאמוטשען זי מיט דעם פאלשן גלאנץ פון אויסגעסטראיעװעטע אטלעסענע טעאטער־רביס , װאס האבן אין זיך נישט קײן פונק לעבעדיקן גײםס, און אז ס־איז. דער עיקר׳ א שרײענדיקע לעםטערונג פון דער מענטשלעכער עלנטקײט, װאם גארט נאך גליק, נאך לעבנס־פרײד , נאך ליכטיקײט, צו פאררעדן זי מיט אזעלכע פוסטע פסוקים, צו װעלן זי פאר- שיכורן מיט דער נישט־געמאכטער הבדלה פון דעם שטרײקנ־ דיקן צדיק, צו אידענטיפיצירן די שװערע טרויעריקײט פון דעם מענטשלעכן לעבן מיט יענער באצאלטער ״עצבות׳ פון ישישימדיקע טעאטער־סטאטיסטן, װאס האבן, זײט פ ר צ ן, אנ• געשעפטשעט א פולע ליטעראטור מיט װאריאציעס פון דעם אײביקן שטומען שטימונגס־מאטיװ: ״פשש״... ״מנע״... ״או־װא׳... און העכסטנס נאך:י,נו—שא—דער רביו..' און אט דעם אדמו״ר, װאס זײן נאטירלעכע ליטערארי־ שע ספערע איז און בלײבט דער משכילישער ח ו; ק, האט פ ר ץ לײדער ״ארױסגעראטעװעט״ פון דער קאריקאטור און איבערגעדרײט אים מיט געװאלט אין א שטיק אומפרײװיליק־ פאראדיסטישער ק ד ו ש ה, כדי מיר זאלן אויך האבן אונזער אײגנם אן אויבער-ײד—פאעזיע, פילאסאפיע און שלוש־סעודות־ דיקע ליטעראטוירע — צאראטוסטרא אין ספאדיק. און טאקע אים האט ש ט ע ר ן געקרוינט מיט נאמען ״רעװאלוציא־ נער״, װעלכן איך האלט שוץ דערפאר אלײן פאר אביסל גוזמאדיק, װײל אויב ער ״שמעטערט״ טאקע שוין יא — װי ש ט ע ר ן זאגט, און ״צעשטיקלט אי די פארזשאװערטע, אי די בלאנקנדיקע ק ײ ט ן—׳ װאלט ער שוין אין אײן װעג באדארפט צערײסן אײנמאל פאר אלעמאל אויך די אײגענע ״גאלדענע קײט׳ פון פוסטער רעטאריק, פון הימנישן שטום־לשון, פין קנאקעדיקער טעאטער־״פראזע׳ מיט װעלכער די רבישע םטארן *) מיר הןבן *וין *יינפןק ןנגעװיזן, ןז מיר גינן רעם *רת־קל •ין משה גרןס אין די ״ליס. כלעם•״ םיס * עװער געמיט. מיר זייגען *נספידן קעגן רי ןלע גערןנקן 6ון ם. נרןםן אין נןך מזר׳ קזנן דעס *ו&ן, און דעם סןן װי מ. גרן• נעםס זיך *י ״רעװידידן״ •י*ן. רעד.

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.