Mannheim
Compact Memory

Literarishe bleter · 1927-07-29 · 30 (29.7.1927) · p. Seite 570

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Literarishe bleter
Volume
3 (1927)
Issue
30 (29.7.1927)
Date
1927-07-29
Page
Seite 570 (sequence 2)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
74% known words query
IRI
…/4795427-8774843-8800920--02434-4797731
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

30 זא ליסלרורישן נללםןר 570 מענםאלער אפרוף פון יעגער־פאלק און םישער־לײט איז געװען די גרויסע קריטישע אפשאעונג. װאם האט אנגעאײכנט דעם אמתן װעג פון שאפונג. און בײדע—קינםטלער און געניסער— האבן אויפגעהויבן אדער פארשטויסן דעם שאפער. נישט אזוי לעבן םיר הײנט אונזער ליטעראריש לעבן. דאס בוך האט פארטריבן דעם שרײבער אין אן אפגעזונדערט ארבעט־צימער. אן אײנזאמע ראדיא־סטאנציע. דער אמאליקער יעגער, װאס האט געזען אין זײן קינסטלער אן אנגעבונדן פײער אין מענטשלעכער פארם, און געאטעמט זײנע חזיונות אין דער פארנאכטיקער שטילקײט—װו בלויז דאס צוזאמען־זײן פונם גאנצן שבט האט געגעבן א טיפערע אײסטײטשונג און באהױכט מיט רעאלער זיכערקײט די שװינדלענדיקסטע אומ־ מעגלעכקײטן—אט דער לעבנספולער מענטש איז פארװאנדלט געװארן אין א לײענער, אן אײנזאמען פארשער פון װערטער און זאצן. שאפער און געניסער—אפט דערזעלביקער מענטש— און געניסער צװישן זיך—צעריםן, צעטײלט. צװײ װעלטן, צװײ ראםן. פאראן א נידעריקערע ראםע װאם לעבט א םך און לײענט אביסל, און א העכערע ראסע װאס לעבט אביסל און קלײבם אביסל טעמעם. אמאל איז דאס ליטערארישע װערק געװען א נױםװענ־ דיקע טײל פון א ממילאדיקן לעבנס־פראצעס, און הײנט םילט זיך אזוי אפם דער װונק צום היסטאריקער, קריטיקער, ביא־ גראף. און קײנער איז דאך נישט שולדיק. דאס איז דאס מזל פון שאפן אין אײנזאמקײט, אדער דורך געדאנקען־םובסםיטוטן אויפן ארט פון לעבעדיקע, װארעמע מענטשן. הלואי זאל שױן דער פראצעם פון אפזונדערונג װאס שנעלער דערפירט װערן ביזן סוף. אויפן שטעל פון טעאטער האבן מיר שוין דעם קינעמאטאגראף, אבער דאס הײסט בלויז געגאנגען האלב־װעג. װארום דא קומען דאך די געניסער זיך צוזאמען, און דאס איז שוין אביםל צופיל סאציאלע װארעמקײט פאר א צײס פון אינדיװידואליזם און םעכאניק. דאס בעםטע װאלס געװען צו זיצן בײם פריװאטן קארטן־טישל, אדער אויף דער געבעטער װיג־שסול אין די אײגענע ד־ אמות, און זען טעאטער, און זען אויסשטעלונגען פון מאלערײ און סקולפטור— דעמאלט װאלט אפשר די קונםט אויפגעהערט צו זײן א לעבע־ דיקע זאך, דערפאר װאלט זי אבער זײער פיל געװונען אין פערפעקטקײט. און װאלט אזוי לײכם געקענט געמאכט װערן אין טאן פון ״לעצטן װארט״. הלואי זאל דער דאזיקער אידעאל װןןם שנעלער רער• גרײכם װערן. װארום אויב עם װאלט נאך אײן לעבעדיקער מענטשלעכער מענטש געבליבן אין דער װעלט, װאלס ער דזןך געמוזם אין קונסט אנהויבן פון אנהויב, װאלטן מיר אפשר נאכאמאל געקענט געניסן דאס קינםטלערישע גליק םון די אמאליקע גוטע יארן. פארלאג ש. ג$לר6ארב, װארשע שוין דערשינען: װיהטןןר מארגעריט ד ע ר ח ב ר יידיש ט. דאקאװםר,* 362 זײטן פרײז 7.50 גילדן הויםם׳פארקויף: 3 2 אז*ו*82ז3^ י •*ר גןל■: 13.196 .0 .א .*ז װיליק, װעלן פונדעסטװען אויסשטרעקן די אויערן צו ,גײ איך םיר ארויס אויפן גאניקל׳ און ,פרעגס די װעלט אן אלטע קשיה״ און װער שמועסט נאך פון נאך נישס געהערטע פאלקס־ לידער, דארט װעט דאך דאם הארץ אזוי װארעס אױפציטערן. בײ געזאנג זענען נישט בלויז קינסםלער און געניםער גע־ װען ציזאמען. נאר אפילו די געניסער אלײן האבן געלעבט אין אן אסמאספערע פון שטענדיקער װירקונג און קעגנוױרקונג. עס איז געװען יענע באזונדערע װארעמקײט פון א קונסט, װאס װירקט אין אן אטמאספערע פון מענטשלעכן צוזאמען־זײן. דאס דערנענטערט, דערהײבט און לײטערט, װארום װאס איז דען לײטערונג, אױב נישט א פלוצלינג אנטפלעקטע נאענטקײט צו אלץ װאס ארום אונז? דער גראמאפאן האט דעם ערשטן ברוך געמאכט און איצט איז געקוםען דער ראדיא. װעס אויך געזאנג זיך אנהײבן װארפן אין מאדע־קאנװאולסיעס פונקט װי די אנדערע קינסטןז װעט אױך אין געזאנג דער געניסער דעגענערירט װערן צו א באשעפעניש, װאס קוקס אויף קונסט פון שטאנדפונקט פון דער דאטע צו װעלכער זי געהערטי און דער קינסטלער, װי װעט דאס אלץ װירקן אויפן געזאנג־קיגסטלערז םסתמא װעט דא אויך פארקומען, װאס עס קומט פאר אומעטוס, װו קינםטלער און געניסער װערן צעריסן און צע־ טײלט. די פעדים. װאס פארבינדן קונסט און לעבן. פארלירן זיך אין די שאטנס פון א טונקעלער אומזיכערקײט. און כדי צו פארגיסיקן דעם פארלוסט פון אן אמתער פולבלוטיקער װעלט, װערט אויםגעטראכט אן אבסטראקטע, בלאסע. ,העכערע ספערע״ נישט מער װי דער פריװאטער קאבינעט, די אײנזאמע ראדיא־ סטאנציע מיט די אומעטיקע שמשים, װאם דרײען זיך דארט ארום. און דער זינגער װעט קײנעם נישט זען פאד זיך, און לאנג גענוג לעבן אין דער אטמאספערע פון פײנלעכער אומ־ זיכערקײס װעגן דער צאל און קװאליטעט פון זײנע צוהערער בײ די ראדיאיאפאראטן, װעט ער דאך זײן געצװאונגען צו װערן פילאזאפיש אנגעכמורעט און באשליסן, אז ער זינגמ פאר זיך אלײן. זײן װעלט װעט װערן א װײטע און א פרעמדע, און טאקע אט די װײטקײט גופא, װעט ער האלטן, איז זײנס א גרויםע דערגרײכונג, און זײן אײגענער שאקל מיטן קאפ װעט װערן דער אײנציקער שופט איבער די פארדינםטן פון זײן קונסט. ן אין דער ליטעראטור איז דער פראצעס שוין לאנג פאר־ געקומען. די אלטע פרימיטיװע צײט איז פארשװאונדן, און װער װײס צי זי װעט זיך נאך אמאל אומקערן. דעמאלט איז דער קינסטלער געװען דער טרײסטער און דערלײזער, װײל ער האט געצויגן זײן יניקה פון דער טרײםט און דערלײזונג װאס האט געלעבט אין דער נשמה פון שבט. מיס פארגאפםע בליקן און פארכאפםן אטעם זענען יעגער און פישער געזעםן ארום דעם פארנאכטיקן פײער, און קינםט־ לער און געניסער האבן זיך געװארעמס דאס הארץ מיטװארט און טאן, מיט בילד און באװעגונג. װאס איז צו בײדן געקו• מען װי פון עפעס א העכערער באשערטקײט. אזױ האבן ליד, מעשה און פאנטאמינע געשאפן דאס לעבן און פון לעבן גע■ שאפן געװארן. דארט האט געבליט די אימפראװיזאציע, דער אוממיטל־ בארער פראדוקט פון דער אנגעצוגדענער רגע, דער אױסדרוק פון אלע שאפונג־גראדאציעס פון א געזינטער שפראצנדיקער מענטשלעכקײט. און דאס װערק—אימפראװיזאציע אדער נישט— האט געשטילט א דארשט און געזעטיקט א הונגער. דער מן■

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.