Literarishe bleter
- Journal
- Literarishe bleter
- Volume
- 3 (1927)
- Issue
- 29 (22.7.1927)
- Date
- 1927-07-22
- Page
- Seite 555 (sequence 9)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 76% known words query
- IRI
…/4795427-8774843-8800919--02418-4797716- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
555 ליםערארישע נלעטןר 29 זא צום אויסדרוק אין דעם ,סײם״, װאס ער האט אפגעדרוקט אץ זשיטאמיר אין יאר 1869 דער .סײם״ איז אן אלעגאריע, געבויט אויף דעם יםוד פון די אלטע קלאסישע פאבלען און משלים בײ פאושידענע סעלקער, און אויך בײ ײדן, װעגן די מעלות און חסרונות פון חיות, זײער פיקחות און סיפשות, זײער גוטסקײט און רשעות. יעדע אײנציקע מיט אירע אײגנשאפטן און כאראקטער — און אלע גוזאמען םימבאליזירן די ײדישע ,פני״, די כלי־קודש. די קהלהלײט, די גוטע ײדן. די אײזערנע הערזיער, די קמגנים א. אז. װ״ װעלכע ער לאכט אוים מיט ביטערן שפאט. הגס לאנג. צעצויגן, רעזאנירנדיק, אבער לעבנסקלוג, װי ציק, שארף, אפאריםטיש, פול מיט פײנע געדאנקען װעגן מענסשן און זײערע םירונגען. געשריבן איז דאס װערק אין פערזן, אין א פרײען ריטם, גיכער אן א ריטם, - אן אלטפרענ קישע און אלט־ײדישע פאלקסטימלעכע פארם. א גרויםן פלאץ פארנעמט אין גאטלאבערס װערק — דער הויפט אין ,דעקטוך״. אין ,סײם״ און ,גל״יל״, — ״ניבול־פה״, דאס איז אויך א כאראקטעריסטישער שטריך פון די אמאליקע משכילים (װי פון דער פאלקס ליטעראטור בכייל). מיר געפינען דערפון א היפש ביסל אויך בײ עטינגערן און בײ אקםנפעלדן, נאר בײ גאטלאבערן מער װי בײ אײעמען. גאטלאבער, איז, װי געזאגט. געװען א מענטש פון שטארקן טעמפעראמענט. א שסיק פײער. און כדי צו קעמפן מיט די חסידים, האט ער זיך געלאזן אויף אלץ, מיט דעם חםידישן עולמשן ניבול־פה האט ער זײ גופא געדעקט. דער ״סײם״ איז אנגעפיקעװעט מיט דעם. בכלל, הגם גאטלאבער האט זײער װײניק משלים גע־ שריבן, סך הכל עטלעכע, נאר דאס ביסל. װאס איז דא, פאלט בשום־אופן נישט אראפ אפילו פון אזא טאלאנטירטן מש^ים־ שרײבער, װי עטינגער איז געװען. נאר פון אן אנדער מין איז גאטלאבערס דריט זעלבסט שטענדיק ׳־ערק ״דאם ליד פונם קוגי*״, װאס איז ארויס אין יאר 1863 אין אדעס. דאם האס װינצ־ק צו טון ,מיט פרא גרעס און ציװיליזאציע״, סיאיז א כרװו צו שילדערן דעם לעבנסגאנג פון א ײדן פון זײן געבוירן ביז זײן טויט לויט דעם מוססער פון שילערם ״ג^אקע״. װען מען פארגלײכם דעם ״קוגלי, מיט עטיגגערס ״דאס ליכט״. װאס איז אויך געשריבן לויט ״דער גלאקע״, באמערקט מען געװיסע השפעות פון ״דעם ליכט״ אײף דעם ״קוגל״. דערהויפט בנוגע דער אויפפאםונג. דער פאר״דישונג, דער אי דעע. די זאך קען אפשר פארענטפערט װערן דערמיט, ־יאם בעת גאטלאבער האט באזוכט עטינגערן, האט עטינגער פאר אים פארגעלײענט זײנע װערק אין כראזע אין פערזן. צװישן װעלכע םיאיז אויך געװען ״דאס ליכט״, אין זײענדיק אונטערן רושם פון דער פאעמע. האט גאטלאבער גענומען די זעלבע טעמע פאר דעם ״קוגל״. יעדנפאלם זענען עס צװײ גאנץ זעלבשטענדיקע זאכן. בײדע האבן גענומען די טעמע בלויז אלס קאנװע צו מאלן דעם ײדישן שטײגער. אבער בײדע — אויף לחלוטין פארשידענע איפנים. פאר אונז איז געװען דער הויכט צװעק— צונויפזאמלען די ײדישע ליטערארישע ירושה פון א. ב. גאטלאבערן און װײזן, װאם די ײדישע װיטעראטור האט צו פארדאנקן דעם דאזיקן קעמפער און שעפער פון דער השכלה, אויף װאם פאר א הויכער מדרגה ער ה$ט געבראכט די ־ידישע ליטעראטור־ שפראך. אײנס װילן מיר דא אונטערשטרײכן: דעם שורש פץ פעריאד, איז געקומען זײן ערשט ליטעראריש װערק אויף ײדיש, ,דער דעקטוך״. װאס ער האט אנגעשריבן אין 1838, *ו 26 יאר. אין דער דאזיקער קאמעדיע װערט געשילדערט די נישס־ נאטירלעכקײט פון אמאליקע חתונות. דאס אומגעלומפערטע איבערנעמען זיך מיט יחוס, װאס צוליב דעם איז רעכט צו פאר־ קנסן די טאכטער פאר אן אײביקן פיזישן און גײםטיקן קאלי־ קע, א לא־יוצלח. געשריבן איז די פיעסע לויט דעם באקאיטן מוסטער: צװײ כוחות ראנגלען זיך, ליכט מיט פינסטערניש; די װילדע פאנאסישע רבנים, די פינסטערע גוטע־ײדן, די שװינדלער מיט זײערע נאך פינססערערע הסידים פון אײן זײט; אוןדיאײ ■ דעלע משכילים, די טרעגער פון ליכטיקײט און פון אלע מידות׳ טובות—פון דער צװײטער זײט. תחילת פארנעמען דעם אויבנאן די פוילע און בײזע כוחות, די רשעים, די אבסקיראנטן, און די רעכטפארטיקע זענען אין קלעם־ צום סוף אבער זיגט דאס ליכט און די פינסטערניש קריגט איר פסק. װי געזאגט, איז די פיעםע אן אפשביגלונג פון זײנע פערזענלעכע איבערייעבענישן, פון זײן אײגענער פאמיליענדרא■ מע, אין װעלכער עם זענען געװען שולדיק די גוטע־ײדן מיט די חסידים—און ער רעכנט זיך דעריבער אפ מיט זײ אין דער פיעםע אויף אן אומברחמנוהדיקן אופן. די אנרעגונג צו דער פיעסע האט אים נאך. משמעוה. געגעבן ריב״ל. בײ װעמען ער איז אין יאר 1834 (תקצ׳ד) געװען א שטענדיקער אײנגײ־ ער אין קרעמעניעץ, װו ער האט דעמאלט געװוינט. און האט געהאט די געלעגנהײט צו באקענען זיך אין כתב־יד מיט זײן ,הפקר־װעלט״. װאס ריב״ל האט פאר אים פארגעלײענט. ריב׳ל און עטינגער האבן געהאט א גרויסע השפעה אויף גאטלאבערן. אבער דער אינערלעכער גײםט, דער קאמפש כאראקטער, די אײגנארטיק געשילדערטע העלדן, דער לעבע דיקער סטיל מאכן די קאמעדיע פאר אן אריגינעלן פראדוקט פון גאטלאבערס שאפונג. און דער ןייקר די םאטירע:—דאם דאזיקע אומברחמנות־ דיקע און שארפסטע כלי־זײן, װאם האט שוין געקלונגען אין מענדלסאנס צײסן, אין די װערק פון אהרן װאלפסאן, און שוין באנוצט געװארן אין די װערק פון א ױסף פערל. יצחק ערסער און ריב׳ל—די סאטירע, װאס איז געװען דער גרונד שטריך פון דער השכלה־צײט, האט געפונען איר גלענצנדן אויםדרוק אין גאטלאבערן. גאט״אבערס ,דעקטוך״ שטײט נ־דע ריקער פון ,סערקעלע״ אלס פארענדיקט סצעניש װערק. אבער אלס סאטיריש װערק איז עם באמת אויסגעצײכנט. אײנצלנע סצענעם סון ״דעקטוך״ זענען אזוי קאלאריטפול, כאראקםעריזירן אזוי סרעםלעך די פארשו-נען. װײזן ארויס דאס פײנע אײג פון מחבר. נאך א נײס האט גאטלאבער אויפגעטון: ער האט דער ערשטער ארײנגעפירט געזאנג אין דער כיעסע, ער איז געװען אזוי צו זאגן, דער שעפער פון דער מאדערנער ײדישער מעלאדראמע, װאס עס האט נאכדעם אזוי גלענצנד אנטװיקלט זײן תלמיד אברהם גאלרפאדען. אין אויך דא האט זיך ארויס־ געװיזן זײן חוש פאר פאלקםטימלעכקײט צי באלעבן זײן װערק דורך א ניגון, א מעלאדיע—אויף דעם גאנג פון די אלטע ײדישע פאלקסשבילן: ,מכירת יוסף״. ״חכמת שלמה״ א. אנד. גאטלאבער איז אײנער פון די באדײטנדיקסטע ײדישע סאמיריקער פון זײן צײט—אויב נישט דער באדײטנדיקסטער (לינעצקי איז שוין געקומען נאך אים). די סאטירע איז בײ אים דער הויכט־נערװ, װאם באװעגס אלע זײנע שאפונגען, סײ אין פראזע, סײ אין פערזן־ דירך איר גיט ער איבער די אידעען און שמימונגען פון זײן צײס. צום בולטסטן קומט עס