Mannheim
Compact Memory

Literarishe bleter · 1927-07-22 · 29 (22.7.1927) · p. Seite 552

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Literarishe bleter
Volume
3 (1927)
Issue
29 (22.7.1927)
Date
1927-07-22
Page
Seite 552 (sequence 6)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
78% known words query
IRI
…/4795427-8774843-8800919--02415-4797713
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

29 זא ליסזחויון 73<סער 552 װער איז שולדיק: די ליטעראטור, צי די לוריטילו? (װעגן י. שטערנם ,קרוינען צום קאפ פון דער ײדישער קריטיק׳) משד־ז גראם/װיד קינסטלער, װאם װארט נישט אויף קײן נםים, נאר שאפט מיט די כוחות פון קינםטלערישער קאנגענטראציע, פון צמצום, װאס ״גאט האט אים געשאנקעך נישט װי א באזונדערע ג ו ג א ב צו דער מײסטערשאפט, נאר װי איר ערשטע און װיכטיקע םארויסזעצונג. עם איז נישט געמאלט קײן ,מײםםער־ שאפט״ אן די דאזיקע ,כוחותי — און עס איז זיכער אויך די אויפגאבע פון דער קריטיק, פעסטצושטעלן דעם דאזיקן אקסיאם אלעםאל אויםםנײ, כדי פטור צו װערן ענדלעך פון יענע קאריקאטורישע ,מײססערס אן כוח״, װאס דערקוטשען רער װעלט מיט זײערע אײביקע אנטפלעקונגען, אז מען קאן נ י ש ט קאנען אויך א ן כוח... און װײל שלוםיעלינם איז נאך ביז צום הײנטיקן מאג די גרויםע נאטור־קראפט, װאס שפײזט,אונזער ליטעראטור, דערפאר האט ער געקאנט געבן דער קריטיק דעם כוח, זי זאל אים משיג זײן, דערפאר האט זי אים םארשטאנען. נישט װײל ש ל ו ם * ע ל י ב ם איז געװען א ,לײכטער שרײבער״, נאר װײל ער איז געװען דער גרויסער קינסטלער, װײל ער איז ,פון גאט באשאגקען געװארן מיט כ ו ח ו ת״, דערםאר איז ער אויפגעגאנגען אויך דער ײדישער קריטיק װי די גרוי־ סע איבערראשנדיקע ליכסיקײט... דאס זעלבע איז געשען אין א גרעםערער אדער קלענערער מאס. ד. ה. אלעמאל אין דער קינסטלערישער מאס פון דעם באטראכטן דיכטער, בײ לינעצקי און מענדעלע, אש, פרוג, ראזנפעלד, בערגלסאן, רײזען, ןןפא־ טאשו, מאני לײב, פוקס און זינגער א. א. װ. און אויב דאס איז אין מאנכע פאלן נישט געשען, און אויב דאס איז, װי ש ט ע ר ן מײנט. באזונדערם נישס געשען מיט פ ר צ ן, אזוי איז אין דעם, האלט איך, נישט שולדיק די קריטיק, װאס האט אים נישט דערגרײכס, נןןר דער גאנצער לעבעדיקער ארגאניזם פון דער ײדישער ליטעראטור, װןס האט. װי אן אמתע פאלקס־ליטעראטור, אין שענםטן און רײנססן ז־ן פונם װארט, נישט געקאנט פארדײען די אינטעליגענטישע מוח־אויםטריקעניש פון זײנע ליטערארישע הלואות, די קונציק געמאכטע פאעטישע סוראגאטן, מיט װעלכע ער האט פארמוט־ שעט איר געזונטע נאטירלעכקײט, און אין װעלכע דאס םאלק האט נישט געװאלט ארײגלײגן אפילו א ברעקל גײסטיקע ענער־ גיע... די ײדישע ליטעראטור, דערפילט אין איר טיםםסן תוך פון דעם לעבעדיקן גײםס פון שלום־עליכםן, װעלכער איז אמת נישט געװען איר ,רבי״, אבער דערפאר איר בויער און פירער, האט צוגלײך געמוזס דערפילן אין פ ד צ ס שאפן די שפיציקײט פון א בײזן תלמיד־חכם, א נישט־פארגינער, װאס פשסילט אויס א פסיכאלאגישן כפתור ופרח נאר פאר די דרעסירטע קרומע םוחות פון די נאענטסטע תלמידים און װןןס קאן באשטײן, אז דער איבעריקער עולם, דער ,המון״, זאל נישט משיג זײן, נאר זאל זיך װײטער, װי שטערן זןגט, ״שליאםפערן אין בלאטע, בראדזשען אין זומפ, גישט ארויפ־ שװעבן אין דער הױך, נישט פאררײסן די קעפ״—און אזוי איז דאס סאקע געװען: די י-ידישע ליטעראטור—און אירע געצײל• טע שאפערישע רעפרעזענטאנטן — האס נישט נאכגעבאמקעט פ ר צ ס דבקות, האט מװתר געװען אינגאנצן אויף דער דילע־ טאנטישער ליטעראטור קדושה, אויף די .חדוה״־שירײם םון 11 און אט קום איך װידער צוריק צו די עיקר־טענות פון י ש ר א ל ש ט ע ו ן, ודעלכע מיר הערן די לעצטע צײט אגב אויך פון אנדערע זײטן. אין זײן אויספירלעכן פײטניש־פאלע־ מישן ארטיקל האט שטערן זיך גענומען צובינדן .קרוינען צום קאפ פון דער ײדישער קריטיק״ (זע .װארשעװער שריפטן״ 1927) — א מיססישע ארבעט, װאס פאר אים האט זי שוין געטון אמאל כביכול אלײן מיט די אותיות פון דער תורה, און װאס איז שוין אין יענער צײס אויך נישט געװען קײן איבעריק רענטאבלע זאך. די דאזיקע שײנע טיטול־מליצה איז דער גרונט אקארד פון שטערנס ארטיקל, פון װעלכן מען מוז די העלפט ארײנװארפן צוריק אין דער פאעזיע ארײן — אדער נאך מער — און נאר די אנדערע העלפט נעמען צום חשבון פון דעם פאלםשן חשבון, װאס שסערן מאכט מיט דער ײדישער קריטיק. נעמט מען ארוים דעם תמצית, דעם רעאלן קערן פון דעם גרײסן װארעמען השתפכות הנפש, אין װעלכן ש ט ע ר ן האס אים אײנגעװיקלט, באקומען מיר אין דעם דאזיקן ארטיקל ערשטנס א קריטיק פון דער ײדישער קריטיק, װי זי א י ז, און צװײטנס א מין רעצעפט, װי אזױ זי װאלט, לויט שטערנס מײנונג, באדארפט צו זײן. אין בײדע פונקטן קאן איך נישט מםכים זײן מיטן מחבר, װארום איך װײם באמת נישט, װו האס דאס ש ט ע ר ן באמערקט אזא מוראדיקע הינטערשטעלי־ קײט בײ דער ײדישער קדיטיק לגבי דער ײדישער דיכטונג. אדרבה: מיר דאכט זיך, אז דער גײסטיקער װערט פון די קדיטיקן פון בעל־מחשבות, ניגער און פון די יונגערע שטײט דורכאויס אין א ריכטיקער רעלאציע צו די דיכטערישע שאפינ־ גען פון אונזער ליטעראטור, מיט װעלכע זײ האבן זיך פאר־ נומען. מען קאן נישט לײקענען — און שסערן װיל דאם מן־ הסתם אויך נישט טון — אז די קריסיק האט זיך מיס ערפאלג באמיט צו געפינען דעם אמתן באטײט פון אלע פאזיסיװע דיכטערישע װערטן אין אונזער ליטעראטור, פון איר אזויגע־ רופענעס קלאסישן פעריאד ביז אויפן הײנטיקן טאג. איך װיל נאטירלעך נישט זאגן, אז די קריטיק הזזט אויסגעשעפט אינ־ גאנצן די גײסטיקע, סאציאלע און קינסטלערישע פראבלעמאטיק סון אונזער ליטעראסור, אז זי האט באלויכטן אויף דעם קלארסטן אופן און מיט לעצטער ענדגילטיקײט די אײגנארטיקע עקזיס־ סענץ פון דער ײדישער ליטעראטור, דעם קװאל פון איר שא־ פונג, איר נאציאנאלן סטיל און כאראקטער — אבער עס איז קײן ספק נישט, אז דאס אלץ איז שוין אויף א גאנץ דײטלעכן אופן מרומז אין די פארשידענע פרוװן פון דער קריסיק, װעלכע פארשטארקן זיך אין אײנציקע פאלן, ד. ה. אין יענע פאלן, װו מיר האבן צו טון מיט שטאדקע דיכטערישע װערטן, ביז צו אבסאלוטער גילטיקײט. עס איז דער אנטשײדנדיקער טעות םון שטערן, װען ער מײנט, אז .מיס שלום־עליכמען איז עפעס געשען נ ס י ם , װאם צוזאמען מיט זײן מײסטערשאפט הןןט אים גאט געשאנקען כוחות און געדולד, זיך צו קאנען באגרענעצן, אײנ־ צוהאלטן די סריט און זיך נישס ארײנצולאזן אין קײן לאבי־ רינסן״... אזעלכע ,נםים״. מײן איך, געשען מיט י ע ד ן אמתן

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.