Literarishe bleter
- Journal
- Literarishe bleter
- Volume
- 3 (1927)
- Issue
- 6 (11.1.1927)
- Date
- 1927-01-11
- Page
- Seite 112 (sequence 12)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 77% known words query
- IRI
…/4795427-8774843-8800891--01949-4797269- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
6 זא ליםער*רימע בלעטזנר 112 אויף א לײכטער און קלוגער לעבן. אמאל פלעגט זיך עם מיר אײנגעבן און. באמערקנדיק, װי די אנגעשױאלענע פנימער װערן באלויכטן מיט א מענטשלעכן טרויער און די אויגן צינדן זיך אן מיט״ צער און;צארן, — הןןב איך זיך געםילט ץום טובדיק און מיט גאוה געטראכט, אז ״איך ארבעט אין פאלק• און ״בילד״ אים. אבער, עס פארשטײט זיך, אז גאנץ אפט פלעגט מיר אויסקומען צו פילן מײן אומבאהאלםנקײט, מײן קנאפע לומדות, דאס נישט קאנען דערקלערן אפילו די פשוטסטע פראגן םון לעבן און שטײגער. דאן האב איך זיך געפילט, װי אײנער, װעמען ם׳האט ארײנגעװארםן אין אפינססערער גרוב, װו די מענטשן װימלען, װי בלינדע װערים, װאס זײער אײנציקע זארג איז צו פארגעסן די ױירקלעכקײט, זוכנדיק די דאזיקע פארגע־ סונג אין די שענקען אדער אין די קאלטע אימארמונגען םין די פראסטיטוטקעס. דאס באזוכן פון ״הײזלעך״ איז געװען א מוז אײנמאל אין חודש, אין טאג םון דער שכירות־אויסצאלונג. װעגן דעם דאזיקן פארגעניגן האט מען געטרױמס אויפן װאר מיס א װאך פריער פאר דעם גליקלעכן סאג, און נאכדעם — האט מען זיך לאנג דערצײלט אײנער דעם צװײסן װעגן די איבער־ געלעבטע תענוגים. אין די דאזיקע שמועםן םלעגט םען זיך ציניש איבערנעמען מיט דער געשלעכטלעכער קראםט, אכזרױת־ דיק חוזק געמאכט פון די פרויען, גערעדט װעגן זײ שפײענ־ דיק מיט עקל. אבער — מאדנע עפעםז — הינטער דעם אלעם — דוכט זיך — האב איך געהערס אן אםקלאנג פון צער און בושה. איך האב געזען, אז אין די ״פרײלעכע הײזלעך״, װו םאר א רובל חאט מען געקאנט קויפן א פרוי אויף |א גאנצער נאכס, האבן זיך מײנע חברים געפירט עפעס שעמעװדיק און שולדיק —דאס איז מיר פארגעקומען נאטירלעך. אנדערע פון זײ האבן זיך געהאלטן שוין צו פרײ מיט א קוראזש, אין װעלכן ם־האם זיך געפילט אנשטעל און פאלשקײט. מיך האט מוראדיק אינ־ טערעסירט די באציונגען פון מאן און װײב, און איך האב זיך שארף צוגעקוקט צו דעם. איך אלײן האב זיך נאך נישט בא־ נוצט מיט דער צערטלעכקײט פון א םרוי און דאס ה$ט מיך אװעקגעשטעלט אין אן אומאנגענעמען מצב: עס האבן פון מיר בײז חוזק געמאכק אי די פרויען, אי די חברים. אינגיכן האט מען מיך אויפגעהערט צו פארבעטן אין די ״םרײלעכע הײזלעךי, אפן זאגנדיק: — דו, ברודער, גײ נישט מיט אונז. — פארװוןס? — אט אזויו ס׳איז נישט גוט מיט דיר. איך האב זיך אנגעכאפט אן די װערטער, דערםילנדיק אין זײ עפעס, װאם איז זײער װיכטיק פאר מיר, נןןר קײן קלארערע תשובה האב איך נישט באקומען. — א מאדנער דו ביסטז מען זאגט דיר — גײ נישטז עס איז אומעטיק מיט דיר... און נאר ארטעם האט שמײכלענדיק געזאגט: — פונקט װי א ,פאפ״ אדער א טאטע װאלט דערבײ געװען. די מײדלעך האבן צוערשט אויםגעלאכט מײן אײנגעהאלטנ• קײט, שפעטער האבן זײ באלײדיקטע מיך אנגעהויבן צו םרעגן: — דו מיאיםט זיך? (הסיזך יןיסט) זײן באצױנג צו די ״נאראדניקעס״ איז געװען ענלעך צו מײנער, די באצױנג אבער פון די סטודענטן צו דערענקאװן האט מיר אויסגעזען גראבלעך און ביטולדיק, װי די באצױנג פון באלעבאטים צו אן ארבעטער, צו א לאקײ. ער אלײן האט עס נישט באמערקט. אפט פלעג איך, נאכן באגלײסן די געסט, בלײבן בײ אים נעכטיקן. מיר פלעגן צורוימען דעם צימער און שפעטער, ליגנדיק אויף דער פאדלאגע אויף װאליק, האבן מיר פרײנטשאפטלעך־שטיל לאנג געשמועסט אין דער פינסטער־ ניש, װאס איז געװען קוים באלויכטן פונם נר־תמיד. מיט א שטילער פרײד פון א מאמין האט ער מיר געזאגט: — עס װעלן זיך אנקלײבן הונדערטער, טויזנטער אזעלכע גוטע מענטשן, װעלן פארנעמען אלע אנגעזעענע שטעלעם אין רוסלאנד און װעלן מיטאמאל ענדערן דאם גאנצע לעבןי!*יז ער איז געװען מיט א יאר צען עלטער פאר מיר, און איך האב באמערקס, אז די געלע נאסטיא געפעלט אים זײער, ער האט זיך באמיט נישט צו קוקן אין אירע עזותדיקע אויגן. פאר לײטן אין די אויגן האט ער גערעדט מיט איר טרוקן. באפעלנדיק, װי א באלעבאס, ער פלעגט זי אבער באגלײטן מיט א בענקנדיקן בליק און, רעדנדיק מיט איר אונטער פיד אויגן, האט ער שעמעװדיק געשמײכלט, ציפנדיק דאם בערדל. זײן קלײן שװעסטעדל פלעגט פון א װינקעלע זיך צוקוקן צום װערסער־שטרײט. איר קינדיש פנים פלעגט זיך קאמיש אנבלאזן פון אנגעשטרענגטער אויפמערקזאמקײט. די אויגן פלעגן זיך ברײט עפענען און, דערהערנדיק צו שארפע װערטער, — פלעגט זי הויך אפזיפצן, װי מען װאלט זי באשפריצט מיט אײז־קאלטן װאסער. װי א שטאלנער האן האט זיך ארום איר ארומגעדרײט דער געלער מעדיקער, ער האט גערעדט מיט איר שטיל־געהײמניספול, און װיכטיק אנגעברוגזט די ברעמען. דאס אלץ איז געװען מאדנע אינטערעסאנט. נאר — ס׳איז אנגעקומען דער הארבסט, און איך האב נישט געקאנט אויסהאלטן א לעבן אן א שטענדיקער ארבעס. איך בין פארכאפט געװארן פון דעם אלעם, װאם האט זיך גע־ טון ארום מיר, און האב אלץ װײניקער אנגעהויבן צו ארבעטן אזוי, אז מיר איז אויסגעקומען צו לעבן אויף פרעמדע קעםט, װאס שסעלט זיך, װי באקאנט. שטענדיק אין האלז. איך האב געמוזט אויף װינטער זוכן ״א פלאץ״ און האב באקומען א שטעלע אין װאסילי סעמיאנאװם בײגל־בעקערײ• די דאזיקע תקופה פון מײן לעבן האב איך געשילדעדט אין די דערצײלונגען ״דער באלעבאס״, ״קאנאװאלאװ״, ״זעקם און צװאנציק און אײנע״ — ס׳איז געװען א שװערע צײט, אבער א באלערנדיקע. שװער איז געװען פיזיש, נאך שװערער—מאראליש. װען איך האב זיך אראפגעלאזן אין קעלער פון דער בעקערײ איז צװישן מיר אין יענע מענטשן, צו װעלכע מיך האט שוין געטריבן, צו זען און צו הערן—אויםגעװאקסן א טויבע װאנט. קײנער פון זײ פלעגט צו מיר אין דער בעקערײ נישט ארײנקומען, און איך, ארבעטנדיק פערצן שעה א מעת לעת, האב נישט געקאנט קומען אינדערװאכן צו דערענקאװן און אין די ױם־טובדיקע טעג, פלעג איך אדער שלאפן, אדער בלײבן מיט מײנע ארבעטער־קאלעגן. א טײל פון זײ האבן תיכף, פון די ערשטע טעג אן, אנגעהײבן קוקן אויף מיר, װי אויף א פרײלעכן לץ. און אנדערע—מיט א נאיװער ליבע פון קינדער צו אײנעם, װאס קען דערצײלן פײנע מעשות. דער רוח װײס, װאס איך פלעג ארײנרײדן אין די דאזיקע מענטשן, נאר א װדאי אלץ אזוינס, װאס האט אין זײ געװעקט די האפנונג