Mannheim
Compact Memory

Literarishe bleter · 1926-05-18 · 111 (18.5.1926) · p. Seite 394

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Literarishe bleter
Volume
2 (1925-1926)
Issue
111 (18.5.1926)
Date
1926-05-18
Page
Seite 394 (sequence 2)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
80% known words query
IRI
…/4795427-8773849-8774802--01298-4796638
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

111 .תא ליטערארישע בלעדער 394 דערע פראפעסיעס האב איך שוין געוװסט טאקע פון די אנאנסן פין ״המליץ״. פראבע׳ברױו איבער בוכאלטעריע האב איך זאגאר שוין אײנמאל באקומען פון יעקב מארק אויס ליבוי. אבער אז םדן זאל דורך א בריױ לעדנען זײן אשרײבער האב איך קײנםאל נישט געקענט ערװארטן. אבער עס איז נישט געװען קײן סרוקענע לערע. פרצם ערשטער ברױו צו מיר, כאטש געשריבן אין א זײער ערנסטן טאן׳ ביז שטרענגקײט, האט געאטעמם מיט ליבע ״מיר װילן נישט נאר בילדונג פארשפרײטן, נאר אויך טא• לאנטן אנטװיקלען״ — אט די דאזיקע פראזע אדער ענלעכעס צו איר איז געװען אונטערגעשטראכן אויף דער ערשטער זײט פון בריװ. און נאכדעם ערקלעװנגען װעגן פאעזיע, װעגן דערצײלונגעןי• פארװאס איז די דערצײלונג נאך נישט דרוק-פעיק, פארװאס איז אט דאס ליד שלעכט און אזוי װײטער. אבער צום סוף א נחמה: ״פאלט בײ זיך נישט אראפ. איר האט טאלאנט. שיקט עפעס נאך׳... נאטירלעך װעל איך שיקן... װאס דען — איך װעל נישט שיקן? און די זעלבע נאכט, שוין מיט מער גלויבן אין זיך האב איך אױעקגעשיקט א צװײטע סעריע לידער. און ױידער אויפן פירטן טאג אן ענטפער. װידער א גרויסער בויגן אויף פיר זײטן פארשריבן. ער מאנט בײ מיר שטרענג: פערזנמאס... — פערזנמאם.. פערזנמאס... טאטע, אפשר װײםטו װאס איז אזוינס פערזנמאסז.. — ער מײנט אפנים משקל... עלף תנועות... — גײן.. דינג איך מיך... דאס מוז זײן בײ העברעישע שירים. יהודא ליב גארדאן האט געשריבן אלע שירים אויף עלף תנועות. אין ײדיש קלינגט עס נישט. װו קען מען עדפאדן אין שטעטעלע, װןןס איז אזוינס פערזנמאס? אין שטעטל װײס קײנער נישט. אפילו דעם גבירס בנאק, מיט װעלכן איך בין שוין גוט באקאנט, א דאנק טאקע מײנע לי• טערארישע פעיקײטן, ער װײס אויך גישט... און םען האלט פאר אים די בעסטע לערער. מילא, מען מח זיך אפשעמען און אגפרעגן בײ פרצן אלײן. איך בין דאך נאך א ײגגל. און איך באקום א דריטן בריװ שוין א קירצערן, אבער א מער פרײלעכער װי די פריערדיקע דער דאזיקער בריװ איז שוין געשריבן אין לשון־קודש. די ערשטע שורה: ״שירך ״װען דאס לעבן איז פארביטערט״ ױדפס בשנוי קטך... דאס הײסט, דײן ליד װעט זײן געדרוקט מיט א קלײנע ענדערונג. און װעגן פערזנמאס הײסט ער מיר קויפן א ״פאעטיק׳. גװאלט, ײדן, אפשר, װײסט איר, װו מען קריגט א ״פאעטיק*: נײן, אין שטעטל קריגט מען עם נישט... אן אומגליק■ אבער די נחםה: ״שירך ױדפם בשנוי קטן״... װאס װעט ער דארטן ענדערף און פסח־צײט באקום איך דאם בוך ״די ערשטע ײדישע ביבליאטעק״ םיט מײן ליד. ״א קלײנע ענדערונג״... עס איז נישט אזוי קלײן, װי ער מײנט. אבער דאס לידל איז פראכטפול. אלע רימען זי. איך האב איז פיר טעג, אבער אזוי װי מען ענטפערט נישט גלײך, קען איך ערשט האבן א ענטפער װעגן מײנע אװעקגעשיקטע לידער אין זעקס טעג ארום. דעם חשבון האב איך געלאזט אזוי מאכן: כדי סײן טאסע זאל דעםבריװ גישט איבערנעמען, און איך זאל אלײן אפהיטן דעם בריװ־טרעגער אויפן גאס. האב איך אבער דאסמאל מיך טועה געװען. פרץ איז געװען אזוי פינקטלעך, אז אויפן פערטן טאג האב איך שוין באקומען א תשובה. אבער פרצס ברױו האט מיר נישט דער בריװ־טרעגער אפ־ געגעבן, נאר דער טאטע. עס הײםט, ער האט אים איבערגענומען. איך געדענק עס װי הײנט. און אזוי װי דער דאזיקער ברױו האט געשפילט א באדײ• טענדע ראלע אין מײן לעבן, װילט זיך עס מיר איבערגעבן אוים• פירלעך. ארײנקומענדיק אין שטוב א זײגער 2 בײטאגפון אן ״אוראקי ןאיך האב מיך דאםאלט באשעפסיקט מיט ״לערערײ״, נישט הײנט געדאכט...), באמערק איך װי דער טאטע באטראכט מיך עפעם און שםײכלט צו. דערפיל איך, אז עפעס האט געמוזט געשען, גוטס צי עלעכטס קען איך נאך נישט באשטימען. שמײכלען קען מען בײ בײדע. קוק איך צוריק אויפן טאטן און מאך מיך כאילו לא ידעתי ערשט דער טאטע װענדט זיך צו מיר: — װאס װעסטו םיר געבן, אז איך װעל דיר עפעס װײזך פארשםײ איך שוין, אז די זאך איז א גוטע, װארים װען עם זזא^ שלעכט געװען, װאלט דער טאן אן אנדערער געװען. עגטפער איך אביסל פארשעמט, װי געװײנלעך אמאליקע יארן פאר א טאטן: — װאס זאל איך דיר געבן.. און מײן אומגעדולר צו הערן קלארע דבורים װאקםט. עם װערט מיר אזש הײס. לײגט ארײן דער סאטע די האנמ אין קעשענע און נישט ארויסנעמענדיק זי גלײך צוריק רײצט ער זיך: — איך האב דיר עפעם צו געבן, אבער דו דארפםט מיר צוזאגן. נאטירלעך זאג איך צו אלדאס גוטם. װײזן װײזט ער מיר נאך אלץ נישט, אבער איך שטויס מיך שוין אן, אז עם שמעקט מיט ליטעראטור. — ער שרײבט גאנץ גוט. .ער קעך. װיל איך טרעפן פון װעמען קען עס זײן אבריװ? פון פרצן איז אוםמעגלעך; עס איז ערשט דער פערטער טאג. מיט דינעזאנע[ האב איך שוין די קארעספאנדענץ אפגעריסן. און איך בעט זיך: — גיב אהער, װאס דו האסט פאר מיר. אבער דער טאטע האלט נאך אלץ די האנט אין טאש און האט נאך נישט בדעה צו געבן מיר. ער דריקט בלויז אויס זײ1 התפעלות: — איך װאלס קײנמאל נישט געגלויבט... עגדלעך נעמט ער ארוים אן אויפגעריםענעם גרינעם קאנ- װערט און גיט מיר איבער. אויפן קאנװערט אױבן א גאנצע מגילה: .י• ל. פרץ, רעדאק• ציאן פון דער ,ײדישער ביבליאטעק*, ״ױם׳טוב־בלעטלעך״ און ,פאלקס־אויםגאבן״, װארשע, צעגעלגיאנע 1'. איך נעם ארויס םיט ציםערדיקע הענט דעם בריװ. א פאםט• בויגן פאפיר םון גרויםן םארםאט, םארשריבן פון אלע פיר זײטן, אײנגעטונקט. דאס איז געװען נישט קײן בריװ, נאר א געשריבענע לעק• ציע. אז מען לערנט מיט ברױו בוכאלסעריע, זײף מאכן און אנ־

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.