Mannheim
Compact Memory

Di Yidishe eḳonomiḳ · 1938-01-01 · 2-1 (יאנואר-פעברואר 1938) · p. [Seite]

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Di Yidishe eḳonomiḳ
Volume
2 (1938)
Issue
2-1 (יאנואר-פעברואר 1938)
Date
1938-01-01
Page
[Seite] (sequence 18)
Language
Yiddish, English
Belongs to
journal issue
OCR quality
86% known words query
IRI
…/3771019-7564092-7564112--0346-3771693
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

י.?עשטשינםקי 16 פלאן דארף טאקע זײן צו פארגרינגערן די ח5לי-לידה פון דעם דאזיקן גילגול. בכל אופן איז קײן םפק ניט, אז די גרויסע מאסע קינדער פון יידישן מיטל• י קלאס קומט ארײן אין חשבון בײם באטראכטן די פראגע װעגן גורל פון אונדזער ױגנט. נעמען מיר אראפ פון די ססל טויזנט ױנגע יידישע מענטשן אין עלטער פון 15 ביז 24 יאר 100 טויזנט, װעלכע גע5ינען זיך אין שולן אדער נײטיקן זיך ניט איןקײן שום פארדינסטן און אין באװארענען זײ §אר דער נאענטער צוקונפט, װעלן מיר האבן 400 טויזנט יונגע יידישע מענטשן, װעלכע מוזן אין דער אדער יענער מאס זוכן ארבעט אדער באשעפטיקונג. ם׳איז אוממעגלעך פעםטצושטעלן די צאל §ון יענע ײדישע יונגע מענטשן, װעלכע ארבעטן אין געשעפט אדער אין װארשטאט פון די עלטערן און זיי זײנען גאר ניט נײטיק בײ דער דאזיקער ארבעט. אונדז איז אױסגעקומען ניט אײן מאל צו הערן פון עלטערן קרעמער און האנטװערקער, אז זײ זײנען גרײט גלײך צו באפרײען דעם זון אדער די טאכטער פון געשע5ט אדער װארשטאט, אבי ער זאל נאר געפינען א זעלבשטענדיקע ארבעט. דאך װעלן מיר דערװײל רעכענען אלע װאם העלפן אין די אונטערנעמונגען 5ון די עלטערן פאר באשעפטיקטע. לאמיר זשע פרװון פעסטשטעלן, װיפל זײנען §ון די 500 טויזנט ײדישע יונגע מענטשן אין עלטער §ון 15 ביז 24 יאר• 5אר• נומען אין װעלכער ם׳ניט איז §ארם. קײן דאטעס זײנען ניט פאראן ניט װעגן דער צאל עקאנאמיש אקטױוע בי_י יידן און ניט װעגן אנטײל 5ון די ױגנטלעכע פון 15 ביז 24 יאר צװישן די עקאנאמיש אקטױוע. מיר האבן .נאר דאטעם װעגן דעם עלטער-באשטאנד פון אלע עקאנאמיש אקטיװע אין אײנצלנע שטעט אדער אין אײניקע װאיעװאדשאפטן. אזוי װי §אר אונדז איז װיכטיק צו באקומען א צאל, װאס איז מער אדער װײניקער נאענט צום אמת, װעלן מיר זיך קאנען אין דאזיקן פאל באנוגענען מיט שאצונגען. אין װארשע באטרע8ט דער פראצענט באשעפטיקטע אין עלטער פון 15 ביז 24 יאר 24,0 פראצענט §ון אלע עקאנאמיש אקטױוע. מען דארף אננעמען, אז בײ יידן איז דער פראצענט א העכערער, בערך 26 פראצענט, װייל ביי יידן מאכן די דאזיקע יארגענג אױם אהעכערן פראצענט און װײל צװישן די יידישע ארבעטער איז דא א העכערער פראצענט יונגע עלעמענטן. דאס איז אבער װארשע—אין דער פראװינץ איז דער פראצענט ױנגע באשעפטיקטע קלענער. מיר װעלן דעריבער אננעמען פאר גאנץ פוילן מאקםימום ס,25 פראצענט יונגע (15—24 יאס באשעפטיקטע פון אלע ײדישע עקאנאמיש אקטױוע. נעמט מען אן, אז מיר האבן איצט בערך א מיליאן מיט 100 טויזנט עקאנאמיש אקטױוע, װעלן מיר באקומען, אז באשעפטיקט, הן װי זעלבשטענדיקע, הן װי לויננעמערם און הן װי העלפנדיקע פאמיליע־גלידער אין עלטער פון 15 ביז 24 יאר זײנען פאראן ססס 275. בלײבט אונדז אן ארמײ פון גיט־באשעפטיקטע בערך 5ון 225000 נפשות אין דער עלטער. רעכנט מען אראפ די 100 טויזנט, װאס לערנען זיך

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.