Di Yidishe eḳonomiḳ
- Journal
- Di Yidishe eḳonomiḳ
- Volume
- 2 (1938)
- Issue
- 2-1 (יאנואר-פעברואר 1938)
- Date
- 1938-01-01
- Page
- [Seite] (sequence 19)
- Language
- Yiddish, English
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 81% known words query
- IRI
…/3771019-7564092-7564112--0347-3771694- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
17 װעגן > קןזנםטרוקטיװן פלאן 3ון הי$ף פ*ר די *ױיוישע ײדן אדער נײטיקן זיך ניט, בלײבט א מאסע פון 125 טויזנט יידישע ױגנטלעכע אין עלטער פון 15 ביז 24 יאר, װאם דהײען זיך ארום אין גאנצן פוסט און פאם, װאם צאנקען און גײען אוים §ון זוכן און בענקען נאך ארבעט, נאך א באשעפטיקונג, װאם §אלן ארײן אין יאוש און װאר§ן ארײן אין יאוש זײערע עלטערן, מחמח פאר זײ איז קײן װעג און קײן אויםקוק ניטא. דאם איז די מינימאלע צאל• מיר זײנען זיכער, אז אין דער װירקלעכקײט איז די צאל פון די דאזיקע אומגליקלעכםטע §ון גאנצן פוילישן יידנטום אסך גרעםער. װארעם אין די באשעפטיקטע זײנען דאך ארײן אויך די ארבעטלאזע, װעלכע מאכן אויס בײ יידן §ון א פערטל ביז א דריטל פון אלע יידישע לויננעמערם אפילו אין נארמאלע צײטן און ניט נאר אין קריזיסיארן. ם׳זײנען אויך ארײן אלע די, װאס העלפן די עלטערן אין געשע§ט אדער אין װארשטאט. מען קאן בכן אננעמען, אז מיר האבן §אר זיך א פראבלעם 5ון װײזן א װעג, געפינען אן אויסװעג 8אר ססס 200 יידישע יונגע מענטשן אין עלטער §ון 15 ביז 24 יאר, ארויםרײסן פון תהום §ון דלות און נויט, 5ון יאוש און מרה שחורה כמעט א העל§ט 5ון אונדזער יוגנט. אפראבלעם א בארג—קאן מען גאר חלומען צו §ארענטפערן אזא פראגע מיט פריװאטע געזעלשאפטלעכע מיטלען? מעג מען גאר שא8ן אן אילוזיע, אז מען קאן אזא געזעלשא8טלעכע משא אויפהײבן? װעגן פארענטפערן חלומט טאקע קײנער ניט. און קײן שום קאנסטרוק• טױוער פלאן און קײן שום געזעלשאפטלעכע ארבעט קאן זיך נישט אונטער• נעמען ראדיקאל צו פארענטפערן די בארג-פראבלעמען, װאס שטײען 8אר אונדז. דאס זײגען מלוכה-פראבלעמען און נאר אין מלוכה־מאסשטאב און מיט מלוכה מיטלען קאנען זײ §ארענט8ערט װערן. דער§ון איז אבער ניט געדרונגען און טאר ניט זיין געדרונגען, אז מען דארף זיצן מיט צונויפ• געלייגטע הענט און װארטן אויפן פאליטישן משיח, װאס װעט מיט זײן נײעם םאציאלן סדר גרינדלעך און ראדיקאל געבן מירוצים אויף אלע קשױת. כאטש מיר זײנען דאך שוין געװארן א ביםל עלטער די לעצטע 20׳ יאר און װײםן שוין, אז אויך די איבערגעקערטע שיסל ווערט ניט פול איבער נאכט. נאר לאמיר גלײבן, אז יא—קאן מען אבער ניט האדעװען קײן שום מאסע נאר מיט פאליטיק און מיט װארטן. מען מוז טון װאם מען קאן. די ״קלײנע באגרענעצטע ארבעט טאר מען ניט שאצן לויט איר גרײם, נאר לויט איר װאג. און װען ם׳זאל זיך אײנגעבן אין 3 אדער א5ילו אין 5 יאר ארוים• צוראטעװען 10 טויזנט ײדישע ױנגע מענטשן 8ון דלות־מהום און §ון יאוש און זיי מיטגעבן אוי§ן װעג פון לעבנסקאמף מער מוט און גלויבן אין זיך, איז דאס אן אױ§טו, װאס װעגט א םך, א סך מער װי א 20סטל פון דער בארג• פראבלעם, װאס מיר האבן העכער פארמולירט, װייל אונדזער אויפגאבע דארף