Mannheim
Compact Memory

Di Yidishe eḳonomiḳ · 1938-01-01 · 2-1 (יאנואר-פעברואר 1938) · p. [Seite]

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Di Yidishe eḳonomiḳ
Volume
2 (1938)
Issue
2-1 (יאנואר-פעברואר 1938)
Date
1938-01-01
Page
[Seite] (sequence 17)
Language
Yiddish, English
Belongs to
journal issue
OCR quality
80% known words query
IRI
…/3771019-7564092-7564112--0345-3771692
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

װצגן א קןנםטרוקטיװן פלאן פון הילף §8ר די פוילישע ײדן 15 דער חילוק צװישן יידן און ניט־יידן דערקלערט זיך מיט דעם, װאם בײ ניט־יידן איז נאך דער מלחמה די שטארביקײט אינטענםיװער גע5אלן װי בײ יידן, װאס בײ זײ איז זי שוין פון פריער נידעריקער װי בײ די ערשטע. מיר האבן געבראכט די דאזיקע צי§ער, פדי מתרה צו זײן די יידישע געזעלשאפט, אז ם׳גײען איצט יארן פון א גרויםן צושטראם פון ױנגע מענטשן, בײ ײדן און ניט־יידן. אז דאם קאן האבן אקאלאםאלע װירקונג ניט נאר אוי5ן עקאנאמישן לעבן, נאר אויך אוי§ן פאליטישן לעבן, איז גענוג באקאנט פון דײטשלאנד, וװ די צו ארבעט ניט צוגעלאזטע ױגנט האט געשפילט א גאר גרויםע ראלע אין דער היטלער־באװעגונג. דער אלגעמײנער אויםפיר קאן זײן אזא, אז עס אױ גאר נאענט די צײט, װען די יידישע ױגנט פון 16 ביז 24 יאר װעט װידער דערגרײכן אגראנדיעזע צאל 5ון העכער 600 טויזנט נ5שות (.כײ ניט־ײדן װעט זי באלד אריבערשפרינגען די זעקס מיליאן). שוין אין לײפיקן יאר דארף מען רעכענען מיט א האלבן מיליאן ױנגע יידישע מענטשן אין עלטער §ון 15 ביז 24 יאר. װאס טוט די דאזיקע גרויםע ארמײ יידישער ױגנט, אויף װעמענם פלײצעס ם׳איז אויסגעפאלן דער שװערםטער גורל, װעמענם פלײצעם ס׳זײנען אבער אויך בארופן ארויסצושלעפן דעם יידישן װאגן פון יענער טיפער היםטארישער בלאטע, אין װעלכער ער איז פארגריזנעט געװארן אין רעזולטאט פון דער װעלט מלחמה, פון צעפאל פון די גרויסע מלוכות, פון זיג 5ון 5אשיזם און דער עיקר 5ון יענער לאנגיאריקער, נאך דער מלחמה נאר פארשטארקטער אנטװיקלונג, װעלכע פירט צו דעם, אז יעדע באדן־נאציע זאל װערן מלוכיש זעלבשטענדיק? אין הויכשולן, מיטלשולן. און §ארשײדענע אנדערע שולן לערנען זיך יידישע יוגנטלעכע עלטער 5ון 15 יאר בערך פון 25 ביז 30 טויזנט. נעמען מיר אן, אז 10 פראצענט יידישע יוגנטלעכע לעבן בײ עלטערן, װעלכע קאנען זײ גרינג אויםהאלטן, און זײ זײנען ניט געצוװנגען אין די ױנגע יארן צו זארגן פאר באשעפטיקונג. בײ דער איצטיקער לאגע §ון יידישן מיטלשטאנד איז גאר קײן םפק ניט, אז זײן גאנצער קומענדיקער דור איז פארכאפט §ון געדאנק, זיך אומבאדינגט פרי צו מאכן זעלבשטענדיק, זיך צו פארזארגן מיט אפאך אדער באשע§טיקונג, הכלל ניט װארטן אויפן נדן אדער אויף דער ירושה. ם׳איז אן אנדער פראגע, װאסער פראעצנט ױגנטלעכע פון מיטלקלאם דאם גיט זיך אײן. װײל דװקא די לאגע פון דעם יוגנטלעכן פוןץדישן מיטל־ קלאס איז צום שװערסטן: די פרנםות און חױנה־קװאלן, װאם זײנען צום פאםיקםטן §אר אים, װי באאמטנטום, 5רײע בארופן, העכערער בױרא־ פערםאנאל, זײנען אדער גאנץ געשלאםן פאר אים אדער די טיר איז אזוי שמאל געעפנט, אז ם׳קריכט דורך הלװאי אײנער פון צען. דער פראצעס §ון 5יזיש און פםיכיש זיך אומשטעלן און זיך צופאסן צו ארבעט איז בײ דעם דאזיקן קלאם אין פולן גאנג, און אײנע פוןדי אױפגאבעם פון קאנםטרוקטױון ד

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.