Di Yidishe eḳonomiḳ
- Journal
- Di Yidishe eḳonomiḳ
- Volume
- 2 (1938)
- Issue
- 4-3 (מערץ-אפריל 1938)
- Date
- 1938-03-01
- Page
- [Seite] (sequence 85)
- Language
- Yiddish, English
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 83% known words query
- IRI
…/3771019-7564092-7564111--0514-3771652- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
11$ יידן אין װיזרש* און ל$דזש שבת איז נאך עד הױם, כאטש דער רוב ארבעטער איז גענוג פרײ, א שטערנ• דיקער פאקטאר בײם ארײנטרעטן פון יידישע ארבעטער אין די פאבריקן. אויף װי§ל שבת איז נאך א רוטאג §ון דער מערהײט פון דער יידישער באפעלקערונג, בכן פון דער מערהײט פון דעם ארבעטערם.-םביבה, הײסט שבת ארבעטן זיך אפזאגן פון יענע הנאות און מעגוגים, װאם עם גיט א קא• לעקטױוער רוטאג. 8) יידישע פאבריקאנטן הזזבן באוױםטזיניקאויםגעמיטן יידישע ארבעטער, װײל דער יידישער ארבעטער איז געװען מער קלאסנבאוװםטזיניק און מער אקטױו אין קאמף §אר בעםערע ארבעט-באדינגונגען. די אלע נאר װאם אויםגערעכנטע סיבות, װי גרוים ם׳איז ניט געװען זײער װירקונג, שעפן זײ פון דעםט װעגן ניט אויט די §ראגע און קלערן זי ניט אויף ביזן גרונט. װייל דאם נעמען זיך פאר ארבעט דװקא אין די האנטװערקער-װארשטאטן און דאס האלטן זיך 5אר די דאזיקע אפגעשטאנענםטע און שרעקלעכםטע ארבעטפארמען איז כאראקטעריםטיש פאר די יידישע ארבעטער־מאםן ניט נאר אין דער ערשטער מטאדיע 5ון אויפקומען §ון דער פאבריק, נאר אויך אין די לעצטע יארן, װען די בעםערע ארבעט־באדינגונגען און העכערע ארבעטלוינען אין דער פאבריק זײגען שוין געװארן אן אלגעמײנע דערשײנונג; חוץ דעם זעען מיר דאך, אז די דאזיקע טענדענץ צום קלײנעם װארשטאט האלט אין איר קלעם די יידישע ארבעטער-מאםן ניט נאר אין די אלטע געטא־יישובים, נאר אויך אין די פרײע געטאם פון די אײנװאנדערונג• לענדער. א שטיק צײט איז דאם געװען די קללה פון דער קלײדער-אינדוםטריע אין אמעריקע $ איצט איז דאם א ברענענדיקע און גע5ערלעכע פראגע אין פאריז; און מיר טרעפן זיך מיט דער דאזיקער קללה אין לאנדאן און אין מאנטרעאל און אין אלע איבעריקע אײנװאנדערונג׳שטעט. געװים זײנען אין יעדן לאנד פאראן ספעציפישע באדינגונגען, װעלכע טרײבן די יידישע ארבעטער״מאםן אפט אפילו 8ון דער פאבריק אין די פינצטערע װארשטאטן פון הײם־ארבעט, און מען דארף די דאזיקע פילפאכיקע באדינגונגען ערשט שטודירן און אויפקלערן. מיר װילן אבער דאך דא אנװײזן אויף אײן פאקטאר, װעלכן די יידישע מאםן טראגן מיט זיך פון לאנד צו לאנד, װעלכער שטעקט טיף אײנגעװארצלט אין דער פםיכאלאגיע פון די יידישע מאםן און װאס נאר ביי גאר צװינגענדיקע באדינגונגען הײבט ער אן זיך צו װאקלען און זיך אונטערגעבן. בײ דוד פינסקי איז פאראן א דערצײלונג װעגן אן ארבעטער פון א קלײנעם װארשטאט, װעלכער װערט א ״גנב״-ער גנבעט ניט קײן סחורה און ניט קײן אינםטרומענטן; ער גנבעט פרײזקוראנטן פון פירמעס, בײ װעלכע דער בעל־הבית קויפט האלב־פאבריקאטן, און אדרעסן פון קונים. א ״גנ5״ װערט ער ערשט, װען ער װערט א חתן און פילט זיך שוין כמעט װי א גביר פון 300 רובל נדן, װאם מען זאגט אים צו. מיט 300 רובל קאן מען דאך ״װעלטן