Di Yidishe eḳonomiḳ
- Journal
- Di Yidishe eḳonomiḳ
- Volume
- 2 (1938)
- Issue
- 4-3 (מערץ-אפריל 1938)
- Date
- 1938-03-01
- Page
- [Seite] (sequence 86)
- Language
- Yiddish, English
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 76% known words query
- IRI
…/3771019-7564092-7564111--0515-3771653- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
י.?עשסשינסקי 180 איבערקערף — און דער שטילער און באשײדענער ארבעטער לעבט שױן אין׳ גאר אן אנדער װעלט — אין דער װעלט, װעלכע מען קאן מיט 300 רובל ״איבערקערך/ אט דער יצר §ון שטײגן-צי א יצר-הרע אדער א יצר*טו5׳ איז װי װער עס שאצט — אט דער אינםטיגקט פון װעלן און שטרעבן זיך ארוים- צוכאפן אויף א העכערער טרעפ פון םאציאלן לײטער, העכער כאטש א ביםעלע׳ אויב ניט מעגלעך גאר הױך׳ איז איןדער יידישער קלײנבירגערלעכער מאסע פיל שטארקער אנטװיקלט׳ װי אין די דארפישע מאסן פון װעלכן ס׳ניט איז §אלק. און זיך דראפען אויפן םאציאלן לײטער און שטײגן איז נאר מעגלעך בײ א לאגע פון א זעלבשטעגדיקן אונטערנעמער. דער קלענםטער און ארעמםטער אונטערנעמער האט מער שאנסן צו שטייגן, װי דער בעסט באצאלטער ארבעטער. פארדינען קאן מען טאקע בעסער װי אן ארבעטער 8ון א גרויסער מעטאל-פאבריק; האפן אויף װערן זעלבשטענדיק, אױף שטעלן די ערשטע טריט אויף אזא טרעפ׳ װעלכע עפנט פערםפעקטיװן ארויםצורײםן זיך 8ון פראלעטארישן יאך און א שפרונג צו טון צו יענער םאציאלער גרופע׳ װו מען קאן באקומען אויפטו-פליגלען—אזא.האפענונג גיט גיכער דער קלײנער װאר- שטאט׳ די קלײן-אינדוםטריע, יענער אינדוםטריע-צװײג׳ וװ מען קאן נאך אפילו אין אונדזערע שװערע צײטן ״איבערקערן װעלטך. נאר אין סאװעט- רוםלאנד׳ וװ דער זיסער זעלבשטענדיקײט-חלום און דער שטײגן-יצר האבן קײן שום באדן ניט אונטער זיך׳ האבן זיך די יידישע מאםן ענדגילטיק אונטערגעגעבן און טאקע אויף ןזלע הונדערט פראצענט ־זיך געשטעלט אין די רײען פון פראלעטאריאט אין אלע זײנע פארמאציעם• אין זןלע איבעריקע לענדער שטײט נאך די ײדישע מאםע על פרשת דרכים— זי גיט נאך דעם געװאלדיקן קװעטש פון גיהנם-לעבך אבער זי לאזט ניט אפ גאר אין גאנצן די האפענונגען ןוריבערצושפרינגען אין אזא שטאנד, וװ מען קאן מער און פרא- דוקטיװער אויסנוצן די אײגענע פסיכישע און קולטורעלע פוחות. אין דער לעצטער צײט מערקט זיך א טיפער איבערבראך אין די שטי• מונגען פון די יידישע מאםן אין פוילן. דער דראנג הן צו דער 8אבריק און הן צו שװארצער ארבעט נעמט אן א ברײטן סטיכישן כאראקטער און צעגיסט זיך אלץ מער און מער אין א מאםן-באװעגונג. דאם איז אבער אבםאלוט ניט קײן רעזולטאט און ניט קײן םימפטאם פון אן אפ§לוס פון יענע טראדיציא- נעלע צװייגן, װעלכע פארמאגן יענעם שליסל צו זעלבשטענדיקײט און העכער שטײגן׳ װאס איז אזוי טײער דער יידישער מאםע. די םיבה איז א גאנץ אנדערע: די מאםן׳ װאם זײנען געצוװנגען צו זוכן ארבעט, שטײגן פיל מאל אריבער די אױפנעם-מעגלעכקײטן פון די דאזיקע מאגערע ארבעטצװײגן. די עמיגראציע, װאם האט א מאל צוגענומען גדויסע מאסן פון די פארארעמטע יידישע שיכטן, פלעגט גיט נאר שיטערער מאכן דעם ״ײדישן״ ארבעטמאךק, נאר זי האט אויך אײנגעשפארט דעם ײדישן פארארעמטן מענטשן זיך צו שלאגן 8אר אן