Mannheim
Compact Memory

Di Yidishe eḳonomiḳ · 1938-03-01 · 4-3 (מערץ-אפריל 1938) · p. [Seite]

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Di Yidishe eḳonomiḳ
Volume
2 (1938)
Issue
4-3 (מערץ-אפריל 1938)
Date
1938-03-01
Page
[Seite] (sequence 61)
Language
Yiddish, English
Belongs to
journal issue
OCR quality
79% known words query
IRI
…/3771019-7564092-7564111--0490-3771628
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

155 די ג&רבערײ־אינדוסטריע אין רןדעם לאזט מען נישט צו. בדרך פלל זיינען דער פאבריקאנט און דער מײםטער בפוח נישט צו דערלאזן צו קײן רײבונגען צװישן יידישע און נישט-יידישע ארבעטער. דער מעטאד פון אפזוגדערן איז נישט קײן צופרידן שטעלנדיקער, און קאן דינען נאר װי א לעצטער אויסװעג. די מחיצה שא8ט שוין ממילא דעם דיםאנאנם אין די באציונגען. איך װיל נאך דא באמערקן, אז מיטן װאקםן פון דער צאל םטאבילע יידישע גארבער-ארבעטער פאלט די צאל חלוצים. װעלכע זײנען נאך מיט א פאר יאר צוריק אין א גרעםערער צאל געװען באשעפטיקט בײ ניט-קװאליפיצירטע ארבעטן. דער גארבער-פאבריקאנט בײט נישט גערן דעם ארבעטער און נעמט גערנער דעם, װעלכער איז געבונדן מיט זײן ארבעט-װארשטאט, מיט דער גארבערײ, אויף שטענדיק. אזא מאטעריאל קאו דער חלוצים-עלעמענט נישט צושטעלן. די פראדוקטױוקײט פון זײער ארבעט שטײגט אריבער די פראדוק- טױוקײט פון דעם עלטערן קלײנבירגערלעכן עלעמענט, איז אבער קלענער פון דער פראדוקטױוקײט 3ון דעם יונגן יידישן ארבעטער-עלעמענט. דאם לזןזט זיך דערקלערן ־דערמיט, װאם צו ערשט, פל זמן דער ארבעטער איז נאך ניט גענוג אײנגעניט אין דער ארבעט, איז דער רעזולטאט §ון דער ארבעט א קלײנער, און װען דער חלוץ װערט שוין גענוג אײנגעניט, אז די פראדוקטױוקײט §ון זײן ארבעט װערט א בא§רידיקנדיקע, דעמאלט גײט ער געװײנטלעך אװעק §ון דער §אבריק. בײ דעם נארמאלן יידישן ארבעטער װערט נאטירלעך זײן אײנגעניטקײט אין דער ארי־עט אויםגענוצט אין אפולער מאם. אין םך-הפל קאן מען מאכן אזעלכע אוים§ירן: די לאגע אין דער גארבערײ 5ון א מאל ביז הײנט האט זיך פולקום געענדערט. אמאל מיט יארן צוריק איז דער יידישער ארבעטער נאר אזױ לאנג געבליבן בײ זײןי ארבעט- װארשטאט, ביז די .שלעכטע צײט איז אדורך, און עם חאט זיך באװיזן א מיגלעכקײט צו קריגן א גרינגערע און א בעםער באצאלטע ארבעט. ער האט געארבעט מיט דעם געדאנק אװעקצװוארפן די שװערע ארבעט ביי דער ערשטער געלעגנחײט. אנדערש שטעלט זיך פאר די לאגע הײנט. קודם פל .האט דער טעכנישער פראגרעם פיל 5ארלײכטערט דעם פראצעם §ון דער ארבעט. חוץ דעם האט דער יידישער ארבעטער פארלוירן די האפענונג אויף גרינגערע פארדינסטן. ער קלאמערט זיך אין זײן נײעם ארבעט-װארשטאט און װיל בײ אים בלײבן. עם פעלט אים אבער קװאליפיקאציע און ער מוז זײ באקומען; אויבער זאל קענען װײטער פארבלי״יבן אויף דער פריש אײנגענומענער ארבעט- פאזיציע. עם שטייט איצט א פראבלעם פאר דער יידישער געזעלשאפטלעכקײט צו העלפן דעם יידישן גארבער-ארבעטער זיך אויםקװאליפיצירן.

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.