Mannheim
Compact Memory

Di Yidishe eḳonomiḳ · 1938-03-01 · 4-3 (מערץ-אפריל 1938) · p. [Seite]

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Di Yidishe eḳonomiḳ
Volume
2 (1938)
Issue
4-3 (מערץ-אפריל 1938)
Date
1938-03-01
Page
[Seite] (sequence 58)
Language
Yiddish, English
Belongs to
journal issue
OCR quality
79% known words query
IRI
…/3771019-7564092-7564111--0487-3771625
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

ש. װאיןם 152 ליקײידירן די אלטע גארבערי-יען, װעלכע האבן זיך נישט געקאנט צופןןסן צו די נײ געשאפצנע באדינגונגען; צו גלײך איז די צאל יידישעי ארבעטער נאך מער געפאלן. דער דראנג אין די פאבריקן איז דעמאלט נישט געװען קײן גרױסער, װײל די פארדינםט־מעגלעכקײטן אויף דער גאס זײנען געװארן אםך גרעםער. דעם ארט פון די פארמלחמהדיקע פאבריקאנטן האבן פארנומען קאפיטאליםטן מיט גרעסערע געלטמיטלען און רײך געװארענע װײקערם, װעלכע האבן אפגעקויפט די אונטערנעמונגען בײ די פאבריקאנטן, װאם זײ האבן בײ זײ געארבעט. אין די יארן 1927 — 1928 האבן אויך יידישע ארבעטער בהדרגה גענומען ארײנדרינגען אין די גארבערײען. שטיבל-יידן, באקאנטע און קרובים פון די פאבריקאנטן, האבן אנגעהויבן אפקלאפן די שװעלן און בעטן ארבעט. צו ערשט איז די צאל יידישע ארבעטער געװען זײער א קלײנע. אױף 231 ארבעטער אין 9 יידישע גארבערײען האבן געארבעט נאר 15 יידן. דער עלעמענט איז אין די ערשטע יארן נישט געװען קײן גוטער. די פראטעזשירטע האבן זיך געהאלטן פאר ״בעסערע מענטשך און האבן אויםגעמיטן שװערערע ארבעט. ם׳איז אװעק א שטיק צײט, ביז די קלײנביר־ גערלעכע יידן האבן זיך צוגעפאםט צו די אלגעמײנע ארבעט־באדינגונגען אין דער גארבערײ־אינדוםטריע. װאם מער עם האט זיך געשטארקט דער קריזים, האט די פארארעמטע יידישע מאםע אנגעהויבן שטארקער זוכן ארבעט. א בלען צו ארבעט אין דער גארבערײ איז געװארן אויך דער יידישער האלב־אינטעליגענט. דער יידישער אויפגעקומענער פאבריקאנט האט נישט גערן געזען דעם יידישן ארבעטער בײ זיך אין דער פאבריק. עם האט אפגעקאםט א םך מי און אנשטרענגונג, ביז דעם יידישן ארבעטער איז געראטן צו באזײטיקן דעם פאראורטײל װעגן זײן פלומרשטער מינערװערטיקײט. עס 5ארמערט זיך די צאל פאבריקן, עם קומען צו §רישע ארבעטער און צװישן זײ שוין אגרעסערע צאל יידישע ארבעטער. דאס יאר 1936 קאן דינען װי א קערפונקט אין דער באציונג פון דעם יידישן גארבער׳פאבריקאנט אין ראדעם צו יידישער ארבעט. די יידישע §אבריקאנטן געפינען זיך שטארק אונטערן רושם 5ון מעשה פשיטיק, און דער גרעסטער טײל 5ון זײ האט פשיטיק אויפגענומען װי אװארעניש און א רוף ברײטער צו ע5ענען די טױערן 5ון זײער 5אבריק 5אר דעם יידישן מאסנמענטש. די צאל ײדישע ארבעטער איז געװאקסן ביז 91 און מאכט אוים %ס,518ון דער גאנצער צאל ארבעטער, דערפראצעםגײט אןװײטער ביז איצט. צי װעט דער יידישער אנטײל אין דער ראדעמער גארבערײ׳אינדוםטריע װידטער װאקסן? עס װעט זײן אינטערעסאנט זיך צו באקענען מיט די שטימונגען, װעלכע הערשן צװישן די יידישע גארבער־ארבעטער און די יידישע 5אברי- קאנטן. מיר װעלן גפבן א פאר אינטערװױען מיט די יידישע ארבעטער,

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.