Mannheim
Compact Memory

Di Yidishe eḳonomiḳ · 1938-03-01 · 4-3 (מערץ-אפריל 1938) · p. [Seite]

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Di Yidishe eḳonomiḳ
Volume
2 (1938)
Issue
4-3 (מערץ-אפריל 1938)
Date
1938-03-01
Page
[Seite] (sequence 6)
Language
Yiddish, English
Belongs to
journal issue
OCR quality
79% known words query
IRI
…/3771019-7564092-7564111--0435-3771573
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

י. לצשטשיבםקי 100 פדי צו זזערן ניט נאר דעם װײגעשרײ 8ון אונדזער ױגנט, נאר אויך אירע שטרעבונגען און אנשטרענגונגען, װעלן מיר ברענגען אייניקע אויםצוגן פון אן אנקעטע, װעלכע מיר האבן דורכגעפירט װינטער 1937. דער קארעםפאנדענט פון קאמארנע (מזרח-גאליציע) שרײבטי ״הונדערטער ױגנטלעכע דרײען זיך ארום פוםט און פאם. אײן מאל אין װאך, אין יארידטאג, העלפט מען דעם טאטן אדער דער מאמען אין קראם. אויב עם װאלט זיך געטראפן עמעצער, װעלכער װאלט געגעבן דער ױגנט ארבעט און א ציל אין לעבן, װאלט ער געהאט הינטער. זיך די גאנצע ױגנט׳/ פון ביכעװע (לובלינער װאיעװאדשאפט) שרײבט א קארעםפאנדענט: ״די יוגנט זעט ניט פאר זיך קײן שום פערםפעקטױון, מען איז דעריבער גידערגעשלאגן. די באציונגען פון דער ױגנט צו ארבעט איז זײער א פאזיטױוע. בעת דער עקסיםטענץ פון קיבוץ פלעגן פיל יידישע יונגע לײט 8ון בירגער• לעכע קרײזן פרײװיליק העלפן בײ דער ארבעט. א קלײנע צאל יוגנטלעכע פלעגט אויך זײן באשעפטיקט בײ שאםײ־ארבעט״. צענדלינגער קארעספאנדענטן §ון אלע עקן פוילן קאנסטןגטירן א טיפן איבערבראך אין דער פסיכיק פון דצר יידישער ױגנט און דער עיקר אין דער באציונג צוארבעט און צו שװערער ארבעט. אט װאס עם שרײבט דער קארעםפאנדענט פון פוטשין (װאלין): ״אײן טרײםט און האפענונג איז די ױגנט: אדאנק דעם ״החלוץ״ און טאקע אויך איבער דער שלעכטער לאגע האט די יוגנט באקומען גאר אן אנדער באציונג צו ארבעט. ם׳איז א נחת צו קוקן, װי ס׳שטײען זומער אין די היצן פארשװיצטע אפגעברענטע יינגלעך בײ דער ארבעט §ון בויען שאסײען און װעגן, צופרידענע פון דעם פארדינםט פון 70— 80 גראשן א טאג״. פון םארנע (מער5-גאליציע) שרײבט דער קזןרעםפאנדענט: ״ניט געקוקט אויף דער אנטװיקלונג פון יידישן האנדל אין אונדזער שטאט, איז די אונטערװאקםנדיקע ײדישע יוגנט אבםאלוט גיט אריענטירט פאר א צוקונפט פון קרעמערישקײט. נאך דער מלחמה איז פארגעקומען א טיפער איבערבראך. ןגדער מען לערנט זיך אפאך אדער מען גרײט זיך אין װעג ארײן... מען פארשרײבט זיך אין ארגאניזאציעם, מען פארט אויף הכשרה און... מען באקומט ניט קײן םערטיפיקאט. די לעצטע *־*ורן װארפן זיך טאקע אין די אויגן די דאזיקע הכשרה־אבםאלװענטן, װעלכע גײען ארום לײדיק, װארטנדיק אויף דער עליה. די יידישע ױגנט רײםט זיך ניט מער אויף א פאםטן אין א קראם״. , פון קוזמיר (לובלינער װאיעװאדשא8ט) שרײבט דער קארעספאנדענט: ״די יידישע יוגנט שעמט זיך ניט מער מיט שמוציקער ארבעט-פארקערט זי כאפט זיך גערן צו איר. אין 1932 האט מען קײן ייד ניט געזען בײ די שװארצע שטאטישע ארבעטן •, אין 1936 זײנען שוין געװען 15 יידן באשעפטיקט בײ די דאזיקע שטאטישע ארבעטן״. ,

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.