Di Yidishe eḳonomiḳ
- Journal
- Di Yidishe eḳonomiḳ
- Volume
- 2 (1938)
- Issue
- 4-3 (מערץ-אפריל 1938)
- Date
- 1938-03-01
- Page
- [Seite] (sequence 5)
- Language
- Yiddish, English
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 77% known words query
- IRI
…/3771019-7564092-7564111--0434-3771572- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
99 װעגן * ק$בסטדיקמיװן יל*ן 8אר די סרילישע יידן אײגמנמ גרינם או1 פרוכטן׳ 8ון זײנע שטאלן און שטײגן אײגענע מילך און אײער; װאם מער ײדישע מײדלעך װעלן װערן דיגסטן און יידישע בחורים װעלן האקן האלץ און שטײנער און בויען חייזער און רוימען הױפן און אזוי װײטער, אלץ שמאלער און פלאכער װעט װערן דער תהום צװישן יידן און ניט-יידן, אלץ זעלבשטענדיקער װעט װערן ד$ס שטעטל. װאס שמאלער ם׳ווערט דער שטח פון באדין׳8ונקציעם §ון יידן §אר ניט*ײדן,--אלץ ברײטער מוז װערן דער שטח §ון באדינען און ארבעטן פון יידן §אר יידן. װאם מער ״יידישע״ פונקציעס גײען איבער צו ניט־יןדן, אלץ מער מוזן יידן זיך נעמען §אר ״ניט־יידישע״ ־פונקציעס. װערט דער זון §ון פויער א קרעמער אין שטעטל אויף צו באדינען דאם דארף, מוז דער זון פון יידישן קרעמער §אר§לאנצן א גארטן אדער מאכן א מילבפערמע זזדער בױען ןן הינערשטײג אויף צו באדינען -דןןס שטעטל מיט די דאזיקע פראדוקטן, אדער ער מוז איבערנעמען שװארצע ארבעט. די דאזיקע י ר י ד ה איז א היםטארישער מוז, און די יידישע מאםן װעלן זיך פון דעם דאזיקן מוז ניט קאנען ארויםדרײען. דאם §אלן 8ון יידישן לעבן-סטאנדארט איז ניט נאר א רעזולטאט 8ון דעם דאזיקן שוין 6ארקומענדיקן פראצעס, נאר אויך אײנער פון די תנאים פאר זײן גיכער און גארמאלער אנטװיקלונג. דער דאזיקער ארנינפיר װעגן די ברײטע ליניעם פון אונדזער היםטארישער עקאנאמישער אנטװיקלונג איז אונדז נײטיק געװען, װײל מיר האלטן, אז מער ־״פון אלץ מוז און זזןל דאם װיםן אונדזער ױגנט, װעלכע דארף נעמען אויף אירע פלײצעס דורכצוםירן די גראנדיעזע עקאנאמישע רעװאלוציע אין יידישן לעבן מיט דעם מינימום קרבנות און מאקםימום רעזולטאטן. קאנסטרוקטױו פארשטײען מיר נאך אין דעם זינען, אז די גיכע הילף, װי אופ&ארמײדלעך און נײטיק זי זאל ניט זײן, װערט אין דעם §זגל אויםגעשלאםן און דער טראפ װערט געשטעלט גיט אויף רןןטעװען, נאר אויף אויפטון. ראטעװען דארף מען די שװאכםטע, אויפטון אבער עפעם נײם קאן מען §ארקערט מיט די שטארקערע, מען מוז בכן זיך קזזנצענטרירן אויף יענע װירטשאפטצװײגן אדער אויף יענע מינימ ארבעט, װעלכע הזןבן ׳ טיפערע און זיכערערע װארצלען אין לעבן, װעלכע קאנען נאך פארברײטערט װערן און װעלכע גיבן שאנםן אויך אין פאל פון אויםװאנדערונג. אט די דאזיקע הארמאניע פון שאנםן בײם בלײבן אוי6ן ארט און בײם אויסװאנדערן, בײם קאמף §אר עקםיםטענץ אויפן ארט און בײם זוכן נײע פלעצער אין אנדערע װעלטן שטעלט פאר אוגדז די ערשטע און עלעמענטארע אויפגאבע — באװאפענען דעם יידישן מענטשן מיט ארבעט- גרײטקײט און ארבעט־װיליקײט, מיט אזא םכום §ון פיזישע און פםיכישע געװוינהײטן און טעכנישע און פראפעםיאנעלע קענטענישן, װעלכע זזןלן אים געבן מוט און גלױבן אין זיך, װעלכע זאלן אים שטארקן און געבן מער הזגםענונג אויף גע1ינען א װעג אין לעבן.