Di Yidishe eḳonomiḳ
- Journal
- Di Yidishe eḳonomiḳ
- Volume
- 2 (1938)
- Issue
- 6-5 (מיי-יוני 1938)
- Date
- 1938-05-01
- Page
- [Seite] (sequence 26)
- Language
- Yiddish, English
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 79% known words query
- IRI
…/3771019-7564092-7564110--0564-3771489- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
8. לינדער און ה״ שנטר 222 מיט א נידעריקן לוין. אויף די נידעריקע לוינען וױרקט אויך דער 5אקט, װאם אין די קלענערע שטעטלעך איז דער ארבעטער פראפעסיןןנעל נישט ארגאניזירט, ממילא ערגער באלוינט. דאם אלץ מאכט טײל מאל זײער שװער צו קאנקורירן דעם יידישן ארבעטעמ װאם איז אנגעװיזן צו לעבן נאר §ון זײן ארבעט, מיט דעם האלב פויערישן ניט״יידישן ארבעטער. א טײל אונטער• נעמער פאדשטײען, אז דעם ײדישן ארבעטער מוז מען עפעם טי_יערער ןגאלןן א טשענםטאכאװער פאבריקאנט האט אפילו צוגעטראכט א גאנצע ״טעאריע״ װעגן דעם: ״פשר פלײש, פשרע פוטער קאסטן טײערער, מוז אויך דער פשרער ארבעטער קאסטן טייערער״. אבער אזוי װי מיטן ענין פשרות האלט שוין םײ װי שמאל, רעזיגנירט מען אויך פון פשרע ארבעטער. עס איז דעריבער קלאר, אז פונקט װי אויף אנדערע פלאכן פירט דער װעג פון יידישן ארבעטער אין פאבריק דװקא דורך ״פארטר§הנען" זיך, דורך אויסגלײכן זיך אין דעם פרט מיטן ניט-יידישן ארבעטער. עס פארלירט אלץ מער אין באדײטונג דער רעליגיעזער מאמענט 5ון האלטן שבת: יידישע ארבעטער ארבעטן שבת, אין די גרויםע און מיטעלע שטעט שוין אפט, אבער אלץ מער אויך אין די קלײנע שטעטלעך. אין די רזןדעמער קעראמישע אונטערנעמונגען, וװ אויף 118 ארבעטער זײנען פןןראן 48 יידישע, ארבעטן זײ פון אײגענעם װילן אויך שבת. אין דער ראדעמער פאיאנם־פאבריק זײנען די ארבעטער גרײט צו ארבעטן שבת, אבער דא לזןזט דער 8אבריקאנק נישט מחלל שבת זײן <מיר װײסן נישט, צי צאלט ער זײ םארן שבתדיקן טאג). ערגער שטעלט זיך פאר די םיטואציע אין די קלײנע שטעטלעך: די פםיכישע איבעראריענטירוגג פון דער ארבעטנדיקער באפעל־ קערונג און פון דער ױגנט איז דא אזוי טיף, אז די גרײטקײט צו ארבעטן שבת איז פאראן, אבער דער דרוק (און נישט נאר דער מאראלישער) איז זײער גרוים. אזוי שרײבט אונדז אונדזער לויװיטשער קארעספאנדענט, אז אין דער דארטיקער קעראמישער פאבריק פון שטײנערן געפעם און װאזאנעם ארבעטן בײ הײנטיקן טאג 32 יידישע ארבעטער אויף 180, און אז די צאל יידישע ארבעטער װאלט געקענט פארגרעסערט װערן, װען זײ װאלטן געארבעט שבת- לאזט אבער שטאט (לײען: די פני, דער רב) נישט. די גרויםע און מיטעלע שטאט איז שוין אריבער איבער דער דאזיקער אמאל אזוי הארבער פראבלעם— בײ ד״ײנטיקן טאג עקםיסטירט זי דער עיקר אין די קלענערע שטעט. אקעגן האט ביז צו היינטיקן טאג נישט פארלוירן איר שארפקײט די פראבלעם §ון געהעריקער ארבעט־צוגרײטונג. אלע קארעספאנדענטן אונדזערע האבן בשעת זײער אינטערװױירן די פאבריקאנטן געהערט דעם זעלבן ענטפער: די פשוטע, שװארצע ארבעט איז צו שװער פארן יידישן ארבעטער, און צו קװאליםיצירטער האט ער נישט די געהעריקע צוגרײטונג. אין דער טשענםטא- כאװער מעטאל־אינדוםטריע איז עם א ברענענדיק אקטועלע פראבלעם, װײל דארט זײנען גראד פאראן םוביעקטױוע מעגלעכקײטן פער יידישער ןןרבעט.