Di Yidishe eḳonomiḳ
- Journal
- Di Yidishe eḳonomiḳ
- Volume
- 2 (1938)
- Issue
- 6-5 (מיי-יוני 1938)
- Date
- 1938-05-01
- Page
- [Seite] (sequence 25)
- Language
- Yiddish, English
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 81% known words query
- IRI
…/3771019-7564092-7564110--0563-3771488- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
221 יידיטע ארבעט אין יידיעע אינדוסטריע־אונטערנעמובגען ד) דער יידישער ארבעטער איז קלאםן-באװוםטזיגיקער, ער רעװאלוצי־ אניזירט די גאנצע םאבריק, ארגאניזירט אין איר שטרײקן, טראגט ארײן א 5ערמענט צװישן די רויקע ניט׳ײדישע ארבעטער. און צום םוף: ה) דער יידישער ארבעטער איז נישט צופרידן מיט זײן ןןרבעט, . באטראכט זי נאר װי א צײטװײליקע. הגם מיר האבן נישט אויםגעשעפט דעם טכום מײנונגען, ם5רות און השערות, זײנען עם אבער די װיכטיקסטע, די װאגיקםטע מאמענטן, װעלכע האבן יארן לאנג געשטערט דעם יידישן ארבעטער ארײנצוגײן אין פאבריק. אונדזער מאטעריאל װײזט, אז די דאזיקע מאמענטן 5ארלירן אלץ מער זײער באדײטונג, הגם אין געגעבענעם מאמענט האבן זײ נאך א גרויםע, טײל מאל דעצידירנדיקע השפעה, דער יידישער ארבעטער איז טײערער. ער איז עם נאך אםט אויך הײנט. עם זײנען נאך פאראן געװיסע אונטערשײדן אין לעבנם-ניװא פון דעם יידישן און ניט־יידישן ארבצטער, און עס קען גרײלעך זײן, אז זײ װעלן נאך א געװיםע צײט עקםיםטירן. דאם לצבן ברענגט אבער צו אן אלץ װײטערדיקער אויםגלײכונג צװישן לעבנם־ניװא פון בײדע נאציאנאלצ גרופעם. נאך מער, אין די גרויםע שטעט איז איבער אסך סיבות די לעבנס־דרגא §ון דער ניט־ יידישער ארבעטערשאפט בדרך כלל א העכערער װי פון דער ײדישער. אבער אויך אין די מיטעלע און קלענערע שטעט קומט פאר א ״גלײכונג אויף אראפ״. דער יידישער ארבעטער גידערט אראפ צו די לעבנם־באדינגונגען פון זײן ניט־ יידישן ח5ר. אין אונדזער פאל האבן מיר זיך שוין אפילו אנגעשטויםן אויף פאלן, װען דער יידישער ארבעטער װערט אנגענומען צו דער ארבעט, װייל ער איז װ ע ל װ ע ל ע ר. דער בעל־הבית פון דער באקאנטער גראדנער ראװערן־ פאבריק האט פאר אונדזער קארעספאנדענט דערקלערט, אז די פראבלעם ״יידישע ארבעט״ עקסיםטירט פאר אים בכלל נישט, אז ם׳איז נישט װיכטיק, װער ס׳ארבעט אין דער פאבריק, יידישע אדער ניט־יידישע ארבעטער. אויף דער קשיא אבער, פאר װאם עס ארבעטן בײ אימ אין פאבריק נאר יידן, קארגע ססז מאן, האט ער מיט א זעלבםטפארשטענדלעכקײט געענטפערט, אז זײ זײנען װעלװעלער. דעם ניכטערן אונטערנעמער, אויף װעלכן עם װירקן נישט קײן זײטיקע, םוביעקטיװ׳נאציאנאלע אדער אנדערע, מאמענטן קען מען זיכער גלײבן. עם איז נישטא קײן שום ספק, אז די פויפעריזירונג פון דער יידישער בא8עלקערונג במשך די לעצטע יארן האט אנגענומען אזעלכע קאטאםטראפאלע פארמעס, אז עם פעלן נישט בײ יידן בלענים אפילו אויף דער צומ ערגםטן באצאלטער ארבעט. אין דער קלײנער און מיטעלער שטאט איז עס אבער נאך אלץ א מאמענט 8ון גרויםער חשי5ות, דער ניט־יידישער ארבעטער, װאם רעקרוטירט זיך דא ם׳רו5 6ון פויערים, האט אחוץ זײן פאבריק־ארבעט געװײנטלעך אויך נאך א שטיקל פעלד אדער א הײזל, ממילא איז אים לײכטער צו באנוגענען זיך