Mannheim
Compact Memory

Di Yidishe eḳonomiḳ · 1938-05-01 · 6-5 (מיי-יוני 1938) · p. [Seite]

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Di Yidishe eḳonomiḳ
Volume
2 (1938)
Issue
6-5 (מיי-יוני 1938)
Date
1938-05-01
Page
[Seite] (sequence 14)
Language
Yiddish, English
Belongs to
journal issue
OCR quality
80% known words query
IRI
…/3771019-7564092-7564110--0552-3771477
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

מ. לינדער און ה. שנער 210 אין דער מיגעראל־בראנזשע ארבעטן היינמ דער עיקר יידישע ארבעטער אין די קעראמישע פאבריקן, װי אוין• אין פאבריקן פון פאיאנם און שטײנערן געפעם, אלץ אבער װי נישט-קװאליפיצירטע, ממילא אויך ערגער באצאלטע ארבעטער. אזוי טרע5ן מיר אין א גרויסער ראדעמער פאבריק פון װאנטפליטעס און גלאזורעם אויף 118 ארבעטער 48 יידישע, אבער נאר װי שװןןרצע. ביי די אױװנם, וװ עם 5אדערן זיך קװאליפיצירטע ארבעטער, זײנען קײן יידישע ארבעטער נישט בנימצא. אין אן אנדער ראדעמער פאבריק — דאם מאל 5ון 5איאנם־אויםארבעטונגען-זי_ינען פון די 132 דארט באשעפטיקטע ארבעטער- 34 יידן. זןבער אויך אין די קלענערע שטעטלעך נוצט אוים די יידישע בא5עלקע- רונג יעדע מינדסטע געלעגנהײט ארײנצובאקומען זיך אין 5אבריק, און אין דער לוױויטשער גרויםער פאבריק 5ון װאזאנעם און ערדן גע5עס ארבעטן שוין אויך צװישן די 180 ארבעטער 32 יידישען די צאל יידישע ארבעטער װאלט דא געװען א גרעסערע — שרײבט אונדז אונדזער קארעםפאנדענט - װען עס װאלטן געװען קװאליפיצירטע ארבעטער. א באזונדערע ראלע שפילט דא אין קלײנעם שטעטל די פראגע 5ון שבת־רו, אבער װעגן דעם װעלן מיר נאך רעדן. זײער שטארק איז אויך געװאקסן די צאל יידישע ארבעטעו/ והיוצא מזה אויך דער יידישער אנטײל, אין דער האלץ־בראנזשע: אין יאר 1929 האבן די יידישע ארבעטער באטראפן 11,8 פראצ׳ 5ון אלע ארבעטער אין דער בראנזשע, אין יאר 1937 שוין 23,3 פראצ׳ — דער ײדישער אנטײל האט זיך אזוי ארום במשך די 8 יאר כמעט 5ארטאפלט. די העכערונג 5ונעם יידישן אנטײל איז נישט 5ארגעקומען אין אלע צװייגן 6ון דער האלצבראנזשע גלײך: די טארטאקן און גרויסע אונטערנעמונגען 6ון װאלד־עקספלואטאציע זײנען נאך אלץ געבליבן כמעט 5רײ 6ון יידישער ארבעט. איבער דעם נידעריקן ארבעטסלוין זײנען די דאזיקע צװייגן נאך אלץ געבליבן דער ארבעטפלאץ 5ון ניט-יידישע ארבעטער, 5ון פויערים, װעלכע לעבן 5ון זײער שטיקל פעלד, און די ארבעט אין טארטאק אדער װאלד איז בײ זײ נאר א מקור 5ון א צוגאב־ פרנםה. אבער א6ילו דארט וװ יידן מעלדן זיך שוין יא צו דער דאזיקער קורצטערמיניקער, שװאך באצאלטער און שװערער ארבעט, טרע5ן זײ אן אויף גװאלדיקע שװעריקײטן מצד די בעלי־בתים, דירעקטארן און 5ארװאלטערס מכל המינים, װעלכע זײנען אין גאנצן אריענטירט אויף ניט־יידישער ארבעט. מיט אט די מניעות טרע5ט זיך דער יידישער ארבעטער, װאם װיל שוין יא גײן אין טארטאק — דערפאר די קלײנע צאל יידישע טארטאק־ארבעטער. 5ון דעםט װעגן זײנען וװ ניט וװ אויך די דאזיקע שטײנער אפגערוימט געװארן םוןװעג: אין א טארטאק איךדאמבראװע האט נאך איןיאר 1932 נישט געארבעט קײן אײן יידישער ארבעטער-אין 1937 טרע5ן מיר שוין דארט 17. אויך אין גראדנע זײנען צוגעקומען יידישע טארטאק-ארבעטער $ אבער בכלל גענומען זײנען די טארטאקן שטארק הינטערשטעליק אין פרט 5ון יידישער ארבעט לגבי אנדערע צװײגן פון דער האלצבראנזשע.

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.