Mannheim
Compact Memory

Di Yidishe eḳonomiḳ · 1938-07-01 · 8-7 (יולי-אויגוסט 1938) · p. [Seite]

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Di Yidishe eḳonomiḳ
Volume
2 (1938)
Issue
8-7 (יולי-אויגוסט 1938)
Date
1938-07-01
Page
[Seite] (sequence 47)
Language
Yiddish, English
Belongs to
journal issue
OCR quality
72% known words query
IRI
…/3771019-7564092-7564107--0690-3771392
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

339 יידישע װאנדערובגען §8י די יעצטע 10 י?ר א יאר שפעטער די צאל אימיגראנטן פון 349 1285 (אין 1907) ביז 782870 (אין 1908) — מיט 35— 40 פראצ/ די צאל יידישע אימיגראנטן פון 182 149 ביז 387 113, און דאס ניט געקוקט דערויף, װאם דער עקאנאמישער (און בײ די רוםישע יידן אױך דער פאליטישעח דרוק אין די ע מ י ג ר א צ י ע־לענדצר איז פאר דער צײט נישט שװאכער געװארן. אזוי האבן אין משך פון דער גאנצער פארמלחמהדיקער הקופה די אינצװײניקםטע געזעצן §ון דער קאפיטא- ליםטישער װירטשאפט, די שפיל פון אנבאט און נאכנזרעג, רעגולירט די װאנדערונג פון מענטשן־מאטעריאל, איבצריקנס אין גאנצן פאראלעל צו דער װאנדערונג §ון סחורות און קאפיטאל. דער מעכאניזם פון דער אויטאמאטישער רעגולירונג, 5ון װירטשאפט• לעכן איש פל הישר בעיניו יעשה, איז אין די נאך־מלחמה־יארן קאליע גצװארן אין אלע געביטן פון דער װירטשאפט, אויפן געביט פון מענטשן־מיגראציע פמעט פריער װי אנדערש וװ. נאך םארן גרויםן קריזיס, װעלכער האט פון אינטערנאציאנאלן מארק אויםגעשײדט אלץ מער די אויטארקישצ נאציאנאלע מצרק און זײ אפגעשלאסן פאר אפרײען אומלויף פון םחורות און קאפיטאלן, האבן זיך אויף די שליאכן פון דער מענטשלעכער מיגראציע אויפגעשטעלט באריקאדעס, װאס האבן פארצאמט דעם װעג, לאזנדיק גאר דורכזיפן זיך קלײנע צאלן אימיגראנטן §ון א באשטימטער ראסע, נאציע אדער רעליגיצ.■ צם דארף נאך געשריבן װערן דאם גרויסע װערק װעגן דעם, װי אזוי פאפירעגע געזעצן האבן װי אין א שטײג 5ארמאכט דעם ארבעט זוכנדיקן מענטש, קורץ נאך דעם װי דער פעלקערבונד האט פראקלאמירט זײן, דעם מענטשנם, רעכט §רײ צו באװעגן זיך אויף דער װעלט. אײן לאנד נאך א צװײטן רינגלט זיך ארום מיט א כינעזישער מויער, אײן לאנד נאכן צװײטן קליגט זיך, װי אזוי פארן §רײען, שטאלצן מענטש צו פארקראטצװצן דעס װעג: און װאם קלעגער דאם לאנד אלץ ראפינירטצר איז די נעץ פון אימיגראציע־רעגולירונגען, ארײנפאר■ באגרענעצונגען, אלץ שװערער די מעגלעכקײט פון אויפהאלט. אויב די גרויםע פאראייניקטע שטאטן באגרענעצן מיט קאנטיגענטן און קװאטעם די אימיגראציע פון מזרח־אײראפע בכלל, קומט דיקלײנע װענעצועלע אוןפארװערט די אימי־ גראציע §ון מזרח־יידן, שטײגט זי אריבער באלױויע און באגרענעצט די אימיגראציע §ון ײדן בכלל. און אזוי פארציט זיך דאס שטריק אלץ ענגער, ביז דערװארגן צו װערן אין דער שטײג. װי אינטערעסאנט עס זאל נישט זײן די §ראגע, פאר װאס אויך בנוגע דער מיגראציע פון מענטשן־מאטעריאל האט אויפגצהערט צו װירקן די מעכאניק §ון װירטשאפטלעכן ליבעראליזם, װעלן מיר זיך דאך אויף איר דא נישט אפשטעלן, אנמערקנדיק בלויז, אז בלי ם§ק עקסיסטירט אויך אין דער מענטש־ לעכער געזעלשאפט דאם געזעץ פון קאמוניקירגדיקע געפעם, װאם טרײבט מענטשן פון לענדער מיט א נידצריקצרן לעבנס־ניװא אין לענדער מיט א העכערן. בײ דעם קאלאסאלן חילוק צװישן דעם לעבנם־ניװא אין די פאר־

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.