Di Yidishe eḳonomiḳ
- Journal
- Di Yidishe eḳonomiḳ
- Volume
- 2 (1938)
- Issue
- 8-7 (יולי-אויגוסט 1938)
- Date
- 1938-07-01
- Page
- [Seite] (sequence 46)
- Language
- Yiddish, English
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 73% known words query
- IRI
…/3771019-7564092-7564107--0689-3771391- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
מנחם לינדער / װארשע יידישע װאנדערונגען §אר די לעצטע 10 יאר די װעלטגעשיכטע האט די לעצטע יארן אויפגעהערט צו זײן די געשיכטע פון װאנדערונגען, דאם יידישע §אלק האט אבער נישט ארויסגעלאזט דעם װאנדערשטעקן 5ון דער האנט. די שליאכן פון דער װעלט־מיגראציע, איבער װעלכע עס האבן יארצענדלינגער געװאנדערט פעלקער פון קאנטינענט צו קאנטינענט, זײנען געװארן פארלאזן און שטיל. נאר די יידן הערן ניט אויף צו זײן אין װעג $ נאך מער — שטארקער װי המיד איז געװארן דער באגער, דער דראנג און דער מ ו ז אויסצװואנדערן, און װילן מער ניט דינען די אוים־ געטראטענע מיגראציע'שליאכן, זײנען אויפגעקומען, האבן געמוזט אוי3קומען נײע. װײטער זײנען די װעגן, שמאלער און שװערער, אבער קען דען זײןאן אפהאלט פארן צענטראל־אײראפעישן יידישן קיבוץ, װאם לעבט דורך א קאטא־ םטראפע, פארן מזרח־אײראפעישן, װאס געפינט זיך אין קלעם? קען דען זײן א צו װײט לאנד, א צו שװערער װעג, װאס פירט אװעק פ ו ן ד א נ ע ט? * * * די װאנדערונגען פאר די לעצטע 10 יאר כאראקטעריזירט זײער רעגולירונג. די װירטשאפטלעכע אינטערװענץ, די פלאנמאסיקע ארײנמישונג אין װירטשאפטלעכן לעבן, װאס פרװוט אין דער לעצטער תקו5ה צו פארבײטןדי אויטאמאטישע געזעצן פון דער װעלטװירטשאפט, האט אויך נישט אויסגעמיטן די װאנדערונג פון דעם מענטשן-מאטעריאל. רעגולירט איז די מיגראציע ממיד געװען, אויך אין יענע צײטן, װען די װעלט איז געשטאנען א8ן און 8רײ פאר מענטשן, םחורות און קאפיטאל־צירקולירונג. דעמאלט איז עם אבער געװען די וױרטשאפט אלײן, װאם האט אויטאמאטיש, דורך די איר אימאנענטע געזעצן פון ציקלישן ארויף און אראפ, רעגולירט דעם אנװאקם אדער אפ8אל 8ון דער אימיגראציע־כװאליע. נעמט מען די םטאטיסטיק 5ון װעלכער ם׳איז ניט אימיגראציע, װארפט זיך היכף אין די אויגן דער צוזאמענהאנג צװישן דער װירטשאפטלעכער קאנױנקטור אין אימיגראציע־לאנד און דער גרײס פון דער אײנװאנדערער־מאסע: די קאניונקטור אין אימיגראציע־לאנד באהערשט אוןבאשטימט דיהײך פון דער אײנװאנדערונג. איןיאר. 1907 לעבן דורך די פאראײניקטע שטאטן א שטארקע װירטשאפטלעכע רעצעסיע, פאלט 338