Mannheim
Compact Memory

Di Yidishe eḳonomiḳ · 1938-07-01 · 8-7 (יולי-אויגוסט 1938) · p. [Seite]

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Di Yidishe eḳonomiḳ
Volume
2 (1938)
Issue
8-7 (יולי-אויגוסט 1938)
Date
1938-07-01
Page
[Seite] (sequence 44)
Language
Yiddish, English
Belongs to
journal issue
OCR quality
74% known words query
IRI
…/3771019-7564092-7564107--0687-3771389
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

ל. לאניוי 336 בײם פ&רזארגן זיך מיט סחורה, גיכקײט בײם באדינען אאז״װ. מיט אנדערע װערטער: עם װאקסט רעלאטױו דער אנטײל 5ון באדארף אין האנדל-טװנגען. דאם געפינט זיך אין צוזאמענהאנג מיטן אלגעמײנעם פראצעס פון 5ארגרעםערטן באדארף אויף פארשײדענע טװנגען אין דער מאדערנער געזעלשאפט: דער וװקס פון אנטײל פון דער באפעלקערונג, װעלכע איז באשעפטיקט אין באדין־אונטערנעמונגען, איז א כאראקטעריםטישער שטריך פון די לעצטנס אבםערװירטע שינויים אין דער פראפעםאנעלער סטרוקטור פון דער באפעלקערונג. קאן זײן, אז אין דער זעלבער ריכטונג װירקט אויך דאם, װאס עם איז אוממעגלעך צו דערגרײכן אין האנדל — אפילו װען מען באנוצט יא פל המיני אײנארדענונגען װאם מעכאניזירן די ארבעט — אזא וװקס פון ארבעט• אויםגיביקײט, װי מיר טרעפן דאם אין דער אינדוסטריע. װי עם זאל נישט זײן, די טענדענץ פון שטגיגנדיקער געדיכטקײט םון דער האנדלנעץ, װעלכע מיר טרעפן איבער א נײס אין די הויכע םטאדיעס פון װירטשאפטלעכער אנטװיקלונג, איז א פעםטגעשטעלטער פאקט: נישט אין דעם זינען, אז עם װאקםט די צאל האנדל-אונטערנעמונגען, װארעם די קאנצענטריר-פראצעםן קומען דאך פאר װײטער נדי אונױוערםאלע מאגאזינען ס - נאר אין דעם זינען װאס עס װאקםט דער פראצענט באפעלקערונג װאם איז באשעפטיקט אין האנדל. לאמיר זיך אומקערן פון די אלגעמײנע באטראכטונגען צו די פוילישע פראבלעמען, לאמיר פארגלײכן די געדיכטקײט פון האנדל אין די באזונדערע טײלן פון לאנד מיט די רעזולטאטן פון די בארעכענונגען פאר די שכנותדיקע לענדער. די קאעפיציענטן פון באדינען דורכן האנדל די נישט־אגרארע באפעלקערונג: ארום 5% אין פויזן און פאמערן, ארום 3,5% אין אייבערשלעזיע זײנען ענלעך צו די קאעפיציענטן פאר די מזרה׳דײטשע פראװינצן (5,4%) און פאר פינלאנד (3,7%). די דאזיקע טעריטאריעס זײנען טאקע פון אן ענלעכער סטרוקטור: זײ דערנעענטערן זיך מער צי װײניקער צום טיס אינדוםטריעלע לענדער, אין פארגלײך אבער צום רו5 אינדוםטריעלע לענדער האבן זײ נאך אלץ א נידעריקן לעבנם־נױוא. פארקערט, די געדיכטקײט פון האנדל אין די איבעריקע טײלן פון פוילן (צענטראלע, דרומדיקע און מזרחדיקע װאיעװאדשאפטן), וװ דער קאעפיציענט באטרעפט 8—9 פראצ׳ אין פארהעלטעניש צו דער ניט־אגרארער, שטאטישער באפעלקערונג, דערנעענטערט זיך צו אונגערן גהעכער 9%) און עסטלאנד(7%) פון אײן זײט, און צו די מערב-דײטשע פראװינצן <9%) 5ון דער צװײטער זײט. אין הםפם מיט אונדזערע פריערדיקע אויססירן, קען די דאזיקע ענלעכקײט ארויםדרינגען ניט נאר פון אנאלאגישע באדינגונגען פון װירטשאפטלעכן לעבן. אויב אבער מערב־דײטשלאנד איז בלי שום םפק א לאנד פון א הויכער מדרגה פון אנטװיקלונג און פון א הויכן לעבנס־ניװא פון דער באפעלקערונג,

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.