Di Yidishe eḳonomiḳ
- Journal
- Di Yidishe eḳonomiḳ
- Volume
- 2 (1938)
- Issue
- 8-7 (יולי-אויגוסט 1938)
- Date
- 1938-07-01
- Page
- [Seite] (sequence 34)
- Language
- Yiddish, English
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 78% known words query
- IRI
…/3771019-7564092-7564107--0677-3771379- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
י. לעשטשינסקי 326 אונדזערע געזעלשאפטלעכע כוחות זײן קאנצענטרירט אױף איבערבויען און פונאנדערבויען, §ארברײטערן און §אר5עםטיקן אונדזערע פאזיציעם אין די דערמאנטע צװײ װירטשאפטצווײגן. און ניט נאר פון שטאנדפונקט פון גרעסערער צוקונפט־זיכערקײט/ כאטש דאם איז אין געגעבענעם מאמענט גארייט קײן אבםטראקטע חקירה. רײן פמותדיק גענומען שפילן די צװײ אפגע• שטאנענע צװײגן — דער האנטװערק און די קליינע אינדוםטריע - צ ע ן מ א ל א גרעסערע ראלע אין יידישן לעבן, װי די גרויסע און מיטעלע אינדוםטריע. פון 506.700 ײדן, װאס זײנען געװצן אין 1931 באשעפטיקט אין אינדוםטריע, זײנען געװצן נאר בײ 60 טויזנט פארנומען אין דער גרויסער און מיטעלער אינדוםטריע, לכן קנאפע 12 פראצענט, און גאנצע 88 פראצענט האבן געצויגן חױנה פון די אונטערנעמונגען, װאם דארפן נאר א פאטענט פון 8ער קאטעגאריצ, לכן פון װארשטאטן און פאבריקלעך, װאם האבן 4 באשעפטיקטע שוין מיטן בעל־הבית און מיט די פאמיליע־מיטגלידער. דאם איז גערעדט פון אלע באשעפטיקטע יידן אין דער אינדוסטריע. נעמט מען נאר די ארבעטער און כאלופניקפס, באקומט מען, אז 83,5 פראצ׳ פון אלע יידישע ארבעטער און כאלופניקעם זײנען געװען פארנומען אין די װארשטאטן און קלײנע פאבריקלעך פון 8צר קאטעגאריע. און כאטש מיר האבן געהאט אין די לעצטע יארן געװיסע ערפאלגן, און די צאל יידישע ארבעטצר אין די מיטעלע און גרויםע פאבריקן איז געװיס געװאקסן, האט זיך די פראפארציע באשטימט ניט געענדערט. דער צושטראם אין די שװיצװארשטאטלעך אין די לצצטע יארן איז באשטימט געװען ניט שװאכצר, אויב ניט נאך שטארקער, װי אין די מיטעלע און גרויסע פאבריקן. קלאר, אז װען מיר זאלן זיך פארנעמען מיט א דעטאליזירטן אנאליז פון יעדן יידישן סאציאלן קלאס אין יעדן װירטשאפטצװי_יג, װאלט די העכער געבראכטע סקאלע אנדערש אויסגעזען. מיר האבן די םקאלע געבויט, האבנדיק פאר אונדזער אויג דעם בעל־הבית, אבער געװים ניט װײל ער איז אונדז טײערער, נאר װײל מיט זײן ארויספאלן פאלט אויטאמאטיש ארוים דער יידישער פראלעטאריער. ס׳איז דעריבער דרינגלעך נײטיק צוצוגעבן, אז כאטש לויט דער םכנה־רײ פארנעמען האנטװערק און קלײנע אינדוםטריע אן ארט פאר דצר מיטעלער און גרויםער אינדוםטריע, איז פון שטאנדפונקט פון יידישער ארבעטקראפט זײנען זײ פיל־פיל זיכערער פון די לעצטע. שוין דער דאזיקער פאקט אלײן איז גענוג, יאז מיר זאלן אפגעבן די גרעםטע אויפ־ מערקזאמקײט די דאזיקע װירטשאפטצװײגן. מיר האבן גארניט אנגערירט אפילו די פראגע, װעלכע פלעגט א מאל אזוי הײס דעבאטירט װערן-צי האבן די קלײנע װארשטאטלעך אוןפאבריקלעך בכלל א צוקונפט? צי װערן זײ ניט ארויםגעשטופט פון דער גרויםער און מיטעלער אינדוםטריע? מיר האלטן פאר גענוג, װען מיר װעלן נאר צוגעבן, אז אין די בראנזשעס און פאכן אין װעלכע יידן זײנען פארנומען מערקט