Di Yidishe eḳonomiḳ
- Journal
- Di Yidishe eḳonomiḳ
- Volume
- 1 (1937)
- Issue
- 5-4 (אוגוסט-סעפטעמבער)
- Date
- 1937-08-01
- Page
- [Seite] (sequence 40)
- Language
- Yiddish, English
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 79% known words query
- IRI
…/3771019-7564090-7564098--0181-3771198- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
163 1י יידן אין װ$רשע אבער אויך בײ דער שטאטישער באפעלקערונג װירקט ניט בלויז די םאציאלע גלידערונג אוי§ן פראצענט פון די עקאנאמיש אקטױוע, נאר אויך די פראפעסיאנעלע גלידערונג. די באשע§טיקטע אין האדל גיבן א נידעריקן פראצענט עקאנאמיש אקטױוע;3 פארקערט די באשעפטיקטע אין שטוביקן דינסט גיבן א גאר הויכן פראצענט עקאנאמיש אקטױוע. אויםן םמך פון די נאר װאם פעםטגעשטעלטע אלגעמײנע פללים קאן מע.ן ־ שוין א פריארי זאגן, אז בײ יידן מוזן זײן אין יעדן לאנד װײניקער עקאנאמיש׳ אקטױוע װי בײ דער ניט־יידישער באפעלקערונג פון געגעבענעם לאנד און א קלענערער פראצענט פרויען, װאם זײנען ארײנגעצויגן אין עקאנאמישן לעבן. ײדן האבן אומעטום, אין יעדן לאנד וװ זײ װוינען, א סך א קלענערן פראצענט לאנדװירטשןופטלעבע עלעמענטן װי די ניט-ײדישע באפעלקערונג פון דאזיקן לאנד און האבן א קלענערן פראצענט ארבעטער אין זײער שטאטישער באפעל• קערונג, װי די ניט׳יידישע שטאטישע באפעלקערונג. די דאויקע אלגעמײן גילטיקע עקאנאמישע געזעצן, װאם זײנען געװים חל אויך אוי§ן יידישן לעבן, שעפן דאך ניט אוים אין גאנצן די פאקטארן, װאם װירקן אוי§ן קלענערן פראצענט עקאנאמיש אקטױוע בײ יידן און אויף דעם נידעריקערן פראצענט §רויען בײ יןדן אין עקאנאמישן לעבן. ם׳זײנען §אראן א רײ נאציאנאל-שטײגערישע מאמענטן, װאם האבן ניט קײן קלײנע װירקונג אין דעם פרט. די יידישע חתונה-געהאטע §רוי גײט זעלטענער װי איר ניט-יידישע קאלעגין אויף ארבעט$ די יידישע טראגעדיקע אדער זײגנדיקע §רוי נאך זעלטענער װי די ניט-ײדישע. דערמיט דערקלערט זיך די קלענערע קינדער׳שטארביקײט ביי אלע יידישע קלאסן אבםאלוט אין אלע לענדער אין §ארגלײך מיט די שײכותדיקע קלאםן בײ דער ארומיקער בא§עלקערונג. אפילו אין דער ײדישער ארבעטער־סביבה איז נאך אויך ניט אין גאנצן זןפגעשטארבן דער קלײנבירגפרלעכער §אראורטײל, אז דער מאן דארף זײן דער אײנציקער שפייזער. און ם׳איז אפילו נאך אויך ניט אין גאנצן אױסגעשטארבן די יחוס־באציונג צו געװיםע מינים ארבעט, װי מיר װעלן שפעטער זען. מיר האבן גערעדט ביז אהער װעגן דער סטאטיק בנוגע צו די צװײ פראגן, װאם מיר האבן געשטעלט אין דעם קאפיטל. וװהין גײט אבער די טענדענץ? װאם װײזט אונדז און לערנט אונדז די אנטװיקלונג פון די לעצטע צענדלינגער יארן? 3 מען מרז ב$ך אבװייזן אייף אײן מעט$ד$לאגישן מ$מעבט, װאם װירקט קיבסטלעך אויף דער פארקלעבערובג פון דעם פר$צענט עקאנןומיש אקטיװע ביי יידן און פון אבטײל פון דער יידישער ׳פרוי אין עק$ב$מישן לעבן. די פרוי, װ§ס גײט מיטן מאן אין פעלד ארײן $דער װ$ם גײט מיטן מאן אין װארשטאט, װערט פ^ררעכנט פאר אן עק$נ$מיש אקטיװער; די ^רוי?בער, װ$ם העלפט דעם מאן אין קרןןם, װערט ניט ממיד פאררעכנט פאר אן עק$ב$מיש אקטיװער.