Mannheim
Compact Memory

Di Yidishe eḳonomiḳ · 1937-08-01 · 5-4 (אוגוסט-סעפטעמבער) · p. [Seite]

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Di Yidishe eḳonomiḳ
Volume
1 (1937)
Issue
5-4 (אוגוסט-סעפטעמבער)
Date
1937-08-01
Page
[Seite] (sequence 41)
Language
Yiddish, English
Belongs to
journal issue
OCR quality
83% known words query
IRI
…/3771019-7564090-7564098--0182-3771199
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

*עק5 לעשטש^נםק* 164 מיר האבן אין אונדזערע ארבעטן ניט אײן מאל ארױסגעזאגט די מײנונג, אז דער ״נהיה פכל הגוים״ איז ניט נאר דער סימן מובהק §ון.אלע אונדזערע < ראדיקאלע נאציאנאלע באװעגונגען, װאס שטרעבן צו אן אבסאלוטער באנײונג פון יידישן לעבן, נאר אויך דער טיפסטער הוך פון די אביעקטיװע פראצעםן פון יידישן עקאנאמישן לעבן אין לעצטן יארהונדערט. און מיט די זעלבע װערטער— ״נהיה ככל הגוים״ — קאן מען ענטפערן אויף דער פראגע װעגן דער טענדענץ אין פרט פון עקאנאמיש אקטױוע בײ יידן און פון אנטײל פון דער פרוי אין עקאנאמישן לעבן. װאס ברײטער די פראפעסיאנעלע די5ערענ• ציאציע מאכט דעם שטח פון די יידישע פרנסות; װאס גרעסער די םאציאלע דיפערענציאציע מאכט דעם קלאס יידישע לוין־נעמער, אלץ ענלעכער װערט די ילדישע באפעלקערונג אין אלע פרטים צו דער ארומיקער באפעלקערונג; ענלעכעמ אבער נאך גאנץ װײט פון זײן אין גאנצן ענלעך. דער מאטעריאל װעגן די װארשעװער יידן אילוסטרירט גלענצנד די דאזיקע פראצעםן. און ם׳א׳ז גאר קײן ס5ק ניט, אז דער דאזיקער מאטעריאל איז טיפיש אויך פארן גאנצן פוילישן יידנטום. לאמיר זשע איבערגײן צום מאטעריאל. טאבעלע 1 <ז׳ 165) גיט אונדז די גאנצע באפעלקערונג און די עקאנאמיש אקטױוע בײ יידן און ניט׳ײדן אין צװײ צײטפונקטן: אין 1921 און אין 1931. בײ בײדע גרופעם איז דערפראצענט עקאנאמיש אקטױוע געװאקםן: בײ יידן פון 36,4 אין 1921 אויף 42,9 אין 1931, בכן א וװקם אויף 17,9 פראצ׳ 5 בײ ניט־יידן פון 47,9 אויף 50,4, בכן א פארגרעסערונג נאר אויף 5,2 פראצ׳; דער מהלך צװישן פראצענט עקאנאמיש אקטױוע בײ יידן און ניט־יידן איז געװען: בײ ניט׳יידן אין 1921 — העכער מיט 31,6 פ~אצ'$ אין 1931 נאר מיט 17,5 פראצ/ אין אײנע צען יאר איז דער ההום, װאם האט אפגעטײלט אין דעם פרט די יידישע פון דער ניט־יידישער באפעלקערונג, כמעט אויף א העלפט פארשאטן געװארן. מיט װאס דערקלערט זיך דער חילוק צװישן יידן און ניט־יידן און װי איז צו דערקלערן, פאר װאס יידן האבן זיך אין דעם פרט דערנעענטערט צו ניט־יידן? אן אויבנאויפיקער קוק אויף דער טאבעלע מאכט באלד קלאו/ אז עם ליגט אין דער פארשײדענער פראפעסיאנעלער גלידערונג. נעמען מיר דעם שטוביקן דינסט, װאס גיט דעם העכםטן פראצענט עקאנאמיש אקטױוע, אײגנטלעך כמעט אלע הונדערט פראצענט, — האט די דאזיקע קאטעגאריע אויםגעמאכט אין 1931 : בײ יידן — ס,3 פראצ׳ פון אלע עקאנאמיש אקטיװע און בײ ניט׳ ײדן — ס,13 פראצ/ בכן העכער 4 מאל מער. ם׳איז כדאי זיך צו פארהאלטן בײ דער דאזיקער גרופע ארבעטער, װעלכע שטעלט מיט זיך §אר, בײ די איצטיקע ארבעט-באדינגונגען 5ון די דינסט• מײדלעך אין פוילן, דעם נידעריקםטן שטאפל פון סאציאלן לײטער. װארשע האט געהאט אין 1921 — 33.166 באשעפטיקטע אין שטוביקן דינםט $ 8ון דעם

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.