Di Yidishe eḳonomiḳ
- Journal
- Di Yidishe eḳonomiḳ
- Volume
- 1 (1937)
- Issue
- 5-4 (אוגוסט-סעפטעמבער)
- Date
- 1937-08-01
- Page
- [Seite] (sequence 39)
- Language
- Yiddish, English
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 80% known words query
- IRI
…/3771019-7564090-7564098--0180-3771197- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
*עקב ^עשטשלבםקי 162 פויערטום <ביז 20 העקטאר ערד), װאם מאכט אוים אין פוילן העכער 95 פרא• צענט פון אלע זעלבשטענדיקע לאנדװירטן. איז דער פראצענט עקאנאמיש אקסיװע א הויכער, איז שוין ממילא געדרונגען, אז דער אנטײל פון דער פרוי אין עקאנאמישן לעבן איז א באדײטיקער. דעריבער איז בײ אלע פארגלײכן פון א שטאטישער באפעלקערונג מיט א דארפישער אדער §ון א §$לק מיט א הויכן פראצענט באשצפטיקטע אין לאנדװירטשאפט מיט א פאלק מיט א קלײ• נעם פראצענט לאנדװירטשאפטלעכע עלעמענטן, װעט המיד בײ דער דארפיש• לאנדװירטשאפטלעכער באפעלקערונג זײן דער פראצענט עקאנאמיש אקטױוע א העכערער. אזעלכע פארגלײכן קאנען אבער נאר געמאכט װערן צװישן פעלקער §ון אײן מלוכישן ארגאניזם, ד״ה §ון אײנער און דער זעלבער עקאנאמישער אנטװיקלונג־מדרגה. װארעם אין די הויך אנטװיקלטע לענדער איז אויך בײ דער שטאטישצר בא§עלקערונג דער פראצענט עקאנאמיש אקטיװע א גאר הויכער און אפט מאל ניט נידעריקער פון דעם פראצענט עקאנאמ־ש אקטיװע ביי דער לאנדװירטשאפטלעכער באפעלקערונג פון אן אפגעשטאנענעם לאנד. װארעם דער אנטײל פון דער פרוי אדער §ון די קינדער אין עקאנאמישן לעבן איז ניט אפהענגיק. נאר פון עקאנאמישן מצב פון דער פאמיליע, װעלכע איז ניט אין שטאנד זיך אויםצוהאלטן §ון די פארדינםטן פון אײן ראש פון דער משפחה און איז געצזװנגען צו שיקן אױף ארבעט נאך גלידער §ון דער פאמיליע. ם׳מוז נאך זײן וװהין צו שיקן און צו װאם צו שיקן. אין אן ארעם אפגע• שטאנען לאנד ארבעט ניט די פרוי אדער אפילו ניט די דערװאקםענע קינדער ניט פון װוילטאג, נאר פון נויט, װײל ם׳איז ניטא בײ װאם צו ארבעטן. א שרײענדיקן ב1לטן בײשפיל פאר דעם נאר װאס געזאגטן גיט אונדז א פאר• גלײך צװישן די דײטשע און פוילישע ײדן פאר דער מילחמה אדער פון דער צײט פאר דער היטלער-עפאכע. דאם רײכע דײטשע יידנטום האט געהאט א העכערן פראצענט עקאנאמיש אקטױוע, װי דאס ארעמע פוילישע יידנטום. דא זײנען מיר צוגעקומען צום מאמענט, װאם װירקט אויף דעם הויכן פראצענט עקאנאמיש אקטיװע בײ די הויך אנטװיקלטע פעלקער. װײל הויך אנטװיקלט הײסט אויך טיף דיפערצנצירט: װאם העכער דער פראצענט לוין• נעמער בײ א פאלק, אלץ העכער דער פראצענט עקאנאמיש אקטױוע און ממילא דער פריאצענט פרויען, װאם זײנען ארײנגעצויגן אין עקאנאמישן לעבן. געװיס לעבן נײנציק פראצענט ענגלישע אדער אמעריקאנישע ארבעטער א סך בעסער און רײכער װי נײנציק פראצענט פון די פוילישע זעלבשטענדיקע בעלי-מלאכות און קרעמער, אבער אין די ענגלישע און אמעריקאנישע באדינגונגען קאן ניט קײן לוין-נעמער אײנער אלײן אויסהאלטן די פאמיליע. ־ נעמט מען בכן די שטאטישע באפעלקערונג, װעט דער נאציאנאלער טײל אירער, װאם האט א העכערן פראצענט זעלבשטענדיקע, האבן געװים א קלענערן פראצענט עקאנאמיש אקטױוע און א קלענערן אנטײל פון דער פרוי אין עקאנאמישן לעבן.