Di Yidishe eḳonomiḳ
- Journal
- Di Yidishe eḳonomiḳ
- Volume
- 1 (1937)
- Issue
- 5-4 (אוגוסט-סעפטעמבער)
- Date
- 1937-08-01
- Page
- [Seite] (sequence 27)
- Language
- Yiddish, English
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 69% known words query
- IRI
…/3771019-7564090-7564098--0168-3771185- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
מנחם ליגדער 150 די צוקונפט װעט װייזן, צי װעט די יידישע באפעלקערונג §ון דער געגנט אויפהאלטן איר אנטײל אויך אין דער פראדוקציע פון דעם נײעם צװייג, צי זי װעט אויך װײטער ארײנטראגן נישט בלויז קאפיטאל< נאר ײדישע מי און ארבעט. די בערג זײנען §ון ממיד אן געװען די װיג פון פאלקסקונסט — ם׳איז גענוג צו דערמאיען אן די זאקאפאנער און זןנדערע פאלקסמוסטערן. דער הוצול §ון דער טשארנאהארע פלעגט זינט לאנג שוין אויסארבעטן װינטעך- צייט האריקע װאלעגע קילימעס, די א״ג ״ליזשניקעס״. אויסגעארבעט פון רײנער װאל, זײנען די ״ליזשניקעם״ געװען זײער טײער און האבן נישט געהאט קײן אפזאץ, בפרט אז דער קאנםערװאטױוער הוצול האט נישט געוװםט דעם םוד פון צוקומען צום קונה. איז טאקע דער ״ליזשניק״ געבליבן אלאקאלער ארטיקל, װעלכן ס׳האט §ון צײט צו צײט געקויפט דער עסטעטיש געשטימטער און אין דער רעגיאנאלער קונםט §ארליבטער אינטעליגענט. עס זײנען אבער גאך §אר דער מילחמה געמאכט געװארן פרוװן צו קאמערציאליזירן דאם אויסארבעטן פארשײדענע מינים טעפיכער. די גאליצישע לאנד־פארװאלטונג האט אין קאסעװ געע§נט א װעבשול, וװ מען האט געלערנט אויסארבעטן פערםישע טעפיכער, פארשיידענע דיװאנען אאז״װ. דעמאלט איז אויך געגרינדעט געװארן א. הילמאנס פאבריק פון פערםישע טעפיכער, װאם האט באשע§טיקט 70-60 ארבעטער, און נאך עטלעכע ײדן האבן אויםגעארבעט דעם זעלבן ארטיקל. אבער איבער דעם הויכן פרײז האט די םחורה, װי דעם הוצולם ״ליזשניקעס״, געהאט נאר אן ענגן אפנעמער-קרײז. די נײע מקו§ה אין דער קאסעװער קילים־אינדוסטריע הײבט זיך אן ערשט אין די יארן 1928-1927. מיר װײםן נישט, װער ם׳איז אין §ארחושכטן, הונגעריקן קאסעװ געפאלן דער ערשטער אויפן געדאנק אויםצוארבעטן א םוראגאט פון א טעפיך־דױואן, װאס זאל מיט זײן ביליקײט שא§ן §אר זיך א מארק §ון מאסן־אפנעמער, אבער א שטאט האט נישט געקענט אויםשטארבן, און דער נס איז געשען. אן א שום ספק האבן צו דעם נס בײגעהאל§ן די ערשטע װאיאזשארן, װאם האבן פון זײער פראקטיק געוװסט, אז הילמאנס טעפיכער איז שװער צו פארקויפן. קודם גאנץ זעלטן, דערנאך אלץ עפטער, הײבט מען אן אויםצוארבעטן קילימעס §ון געמישטער, שפעטער געפארבענער װאל—און די װאנט צװישן פראדוצענט און קאנסומענט װערט דורכגעבראכן. די סחורה װערט ביליקער, איז דאם נאך נישט גענוג, §ארקוי§ט מען דעם קילים אויף צװאנציק ראטעס, מען מאכט §ון אים אן ארטיקל פמעט פון ערשטן געברויך(עם גײט ארום אין די קילימערישע קרײזן א װערטל, אז א יונג פאר§אלק מוז האבן א קילים צום אויםשטײער, װי §ריער בעטגעװאנט!)—און גאנץ קאסעװ פיבערט. עס װאקםט װי אויף הײװן א נײע אינדוסטריע, עם קלאפן טויזנטער הילצערנע װעבשטולן, און ממש אין א לעגענדארישן טעמפ װערט פון §ארמילחמהדיקן קאםעװער קאבצאנסק א שטעטל מיט מיליאניקע פארמעגנם.