Di Yidishe eḳonomiḳ
- Journal
- Di Yidishe eḳonomiḳ
- Volume
- 1 (1937)
- Issue
- 5-4 (אוגוסט-סעפטעמבער)
- Date
- 1937-08-01
- Page
- [Seite] (sequence 26)
- Language
- Yiddish, English
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 69% known words query
- IRI
…/3771019-7564090-7564098--0167-3771184- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
מנחם לינדער / װארשע * די קילים-פראדוקציע אין קאםעװ (סוף 1936) 1 הונדערטער ײדישע װאיאזשארן האבן פאר דער מילחמה פארשפרײט טעקסטיל־אויםארבעטונגען פון לאדזש און ביאליםטאק, גאלאנטערײ־ארטיקלען 8ון װארשע און טשענסטאכאװ איבער דעם גרויםן רח5ותדיקן רוסלאגד. אנשלאגנדיק מיט װילנער הענטשקעם אדער מיט ראדעמער שיך §ון קרים ביז ארכאנגעלםק, פון מינםק ביז װלאדױואםטאק, האט דער ײדישער װאיאזשאר געשאפן דעם אפזאצמארק פאר דער אלץ װאקםנדיקער אינדוםטריע, און דערמיט םטימולירט איר װײטערדיקע גיכע אנטװיקלונג. צײטן בײטן זיך, און הײנט גרײכן הונדערטער יידישע בחורים פון פאקוציע מיט די קאםעװער קילימעם 8ון נאװיטארג ביז סװואלק, פון פויזן ביז נעשװיז, םטימולירנדיק אזוי ארום דעם אוי8בלי §ון א נײער אינדוסטויע קילימערײ, װאס באשע§טיקט שוין היינט טויזנטער ארבעטסהענט אין דרום־מיזרחדיקן װינקל 3ון דער םטאניםלאװער װאיעװאדשאפט, אין פאקוציע. די פראדוקציע פון קילימעם (א ספצציעלער מין טעפיכעח, װאם איז .אויפגעקומען אין קאםעװ און איז נאך היינט דארט על־פי רו5 קאנצענטרירט, איז געװארן א ברכה 5אר דער גאנצער ארומיקער געגנט. הונדערטער פויערשע משפחות אין די דער8ער ארום קאסעװ האבן באקומען א צוגאב-פרנסד״ װאם איר באטײט װערט ערשט קלאר, װען מען האט אין זינען, װי ארעם עם איז די פויערשע װירטשאפט אין יענער געגנט. אבער פון דער קילים־אינדוםטריע ציט חיונה אויך די יידישע באפעלקערונג אין קאםעװ און אין די ארומיקע שטעטלעך: זאבלאטאװ, קיטעװ, שניאטין, פעטשעניזשין, ביז קאלאמײ, גװאדזיעץ און האראדענקע. הונדערטער יידישע ױנגע לייט, װאם װאלטן געװים זיך לײדיק ארומגעדרײט אין די חרו5ע גאליצישע שטעטלעך, האבן ביי דעם נײעם צװייג באקומען ןזרבעט. הונדערטער אנדערע האבן זיך געלאזט מיט די קילימעם אויף די פלײצעם איבער גאנץ פוילן זײ פונאגדערצוטראגן און צו פארקויפן אין די הײזער. אזוי איז דער מיזרחדיקער טײל פון דער סטאניםלאװער װאיעװאדשאפט ארײנגעצויגן געװארן אין אפראצעס פון אינדוםטריאליזירונג. 149 ד