Mannheim
Compact Memory

Di Yidishe eḳonomiḳ · 1937-08-01 · 5-4 (אוגוסט-סעפטעמבער) · p. [Seite]

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Di Yidishe eḳonomiḳ
Volume
1 (1937)
Issue
5-4 (אוגוסט-סעפטעמבער)
Date
1937-08-01
Page
[Seite] (sequence 25)
Language
Yiddish, English
Belongs to
journal issue
OCR quality
69% known words query
IRI
…/3771019-7564090-7564098--0166-3771183
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

יצקב לעשטשינםקי 148 און די פערםפצקטױון זײנען גאר ניט קײן פרײלעכע. יעדער פארשפעטיקטער קאפיטאליזם האט גאנץ קלײנע שאנסן צו געװינען נײע מערק פאר זײנע סחורות. גאנץ באזונדערס בײם איצטיקן טעמפ §ון אינדוםטריאליזירונג אין אלע אגראר■ און קאלאניאל־לענדער. אבצר פוילנם פערספעקטױון אפילו אויף קאגקורירן מיט אירע ביליקע אגראר-פראדוקטן זײנען אויך קנאפע. דורך דער נויטװענדיקײט אונטערצוהאלטן דעם אפאראט פון א גרויםער מלוכח זײנען לא די װאם פארקלצנערט געװארן די אפשפארונגען פון די בירגער, במילא באגרענעצט גצװארן די *מיגלצכקײטן פון דעם אינעװײניקםטן מארק און פארחאלטן די אנטװיקלונג פון דצר אינדוםטריע, נאר עם איז אויך זײער װײניק אויפגעטאן געװארן פאר הײבן און אינטצנםױוירן די אגראר• װירטשאפט. פוילישע אגראר-פראדוקטן שטײען נידעריקער לױט זײער קװאליטעט ניט בלויז פון דענישע און האלענדישע, נאר אפילו §ון לעטישע און ליטװישע, וװ די אגראר־רעפארם איז ראדיקאל דורכגעפירט געװארן און אין דער אגראר-װירטשאפט זײנען אריינגעלײגט געװארן גרויםע קאפיםאלן אויף הײבן אירע אױםארבעטונגען. די דאזיקע קלײנע לענדצר האבן געזארגט פאר צופאסן זײער אגראר־װירטשאפט צו די הויכע פאדצרונגען פון צפון־אײראפעלשן מארק און פאר שאפן אן אײגענע אינדוסטריע. און דער רצזולטאט איז געװען א טאפלטער- די געהויבענע אגראר-װירטשאפט האט געשא§ן אםטאבילן און העכערן מארק פאר דער אינדוסטריע, װאם אנטװיקלט זיך אין די דאזיקע לענדער לאנגזאם, איער אומאויפהערלעך און ארגאניש. די דאזיקע בײדצ קלײגצ מלוכות האבן טאקע א םך גרינגער אריבערגעטראגן דעם קריזים און פריער װי פוילן אים בײגצקומען. דצר װעלטהאנדל, כאטש עד איז שטארק אפגעשטאנען §ון דער װעלט• פראדוקציע, האט פון דעםט װעגן באדײטיק געשטײגט די לעצטע פאר יןגר, אבער דער עיקר אויפן חשבון םון אזעלכע פראדוקטן, װעלכע פױלן פארמאגט ניט: רוישטאפן, מעטאלן און פראדוקציע-מיטלען. פונעם אלגעמײנעם אויפשטײג און פונעם פרייז-אויפהײב האט נאטירלעך אויך פוילן עפעם געוװנען. ניט װײניק האט צוגעהאלפן די פראנצײזישע הלװאה, װעלכצ האט געגעבן דער רצגירונג די מעגלעכקײט אנצוהײבן א גאנצע רײ גרעםערע ארבעטן. די ארבעטלאזיקײט איז א ביםל געפאלן. אבער דאם אלײן איז פמעט א טרןגפן אין ים פון דלות און נויט, אין װעלכן ם׳באדן זיך מיליאנען מענטשן. §ון קריזים׳קלעם איז דאם לאנד ניט ארוים. פונקט פארקערט — די קריזים׳קלעם איז פארװאנדלט געװארן אין א פערמאנענטן קריטישן צושטאנד. (המשך קומט)

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.