Mannheim
Compact Memory

Di Yidishe eḳonomiḳ · 1937-05-01 · 1 (מיי) · p. Seite 5

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Di Yidishe eḳonomiḳ
Volume
1 (1937)
Issue
1 (מיי)
Date
1937-05-01
Page
Seite 5 (sequence 8)
Language
Yiddish, English
Belongs to
journal issue
OCR quality
75% known words query
IRI
…/3771019-7564090-7564096--0010-3771028
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

5 אוגדזערמ א1י8גאבעס א1ן *י?1 8ון דער יידישער אימיגראציע: קאנצענטראציע אין * באגרענעצטער לענדער און אין יעדן לאנד — קאנצענטראציע אין גרויםע קאמטאקטע קהילות♦ די אימיגראציע פון פאר דער מלחמה האט דעריבער געבראכט צום אוי3קום §ון געדיכטע קאמפאקטע צענטערס, װעלבע האבן װייט אריבערגעיאגט אין קאמפאקטקײט די אויםװאנדערונג ־־ לענדער. די דאזיקע אנזאמלונג §ון גרויםע יידישע מאסן אין געצײלטע שטעט איז געװארן א ברכה ניט נאר פאר די אײנגעװאנדערטע יידן, נאר פארן גאנצן יידישן פזןלק. די ליבעראלע עפאכע איז אבער געשטארבן אויך פאר דער עמיגראציע. אין דער צײט פון טױזנט מאל דורכגעזיפטן און קאנטראלירטן, רעגולירטן און קאנטינגענטירטן אימפארט פון סחורות און קאפיטאלן װעדט אויך דער מענטשן־אימפארט ארומגעװאקםן מיט צוימען און קװאטעס. מוז מען אבער זוכן שפארונעם און שפאלטן, פדי דורכצוקריכן אין א לאגד, איז נאטירלעך, אז מען זאל זוכן אין זיבעציק לענדער און ניט אין פינף. דעריבער איז §אר דער מלחמה — א םך עמיגראנטן און װײניק לענדער ן איצט — װײניק עמיגראנטן און א סך לענדער. און אױב §אר דער מלחמה ה§ט יעדער וװקם §ון יידן אין א לאנד באטײט א װוקם פון די מעגלעכקײטן פון גײער אײנװאנדערונג, איז איצמ די לאגע פונקט פארקערט. די באגרענעצטע נישטיקע אגינװאנדערונג בלײבט שטײן בײ דער הױזירערײ, באװײזט ניט איבערצװואקםן אין נײע פראדוקטיװע פרנםות און איז עלול ארויסצורופן דעם אנטיםעמיטישן שד אין לענדער, װו ■ מען האט אים װײניקער פון אלץ געקאנט דערװארטן. ס׳זײגען פאראן האפע־ נוגגען פאר דער נאענטער צוקונפט אױף ב ר ײ ט ע ר ע אײנװאנדערונג־מעג־ לעכקײטן, אבער ס׳זײנען ביז גאר קנאפ די אױסזיכטן אױף פ ר ײ ע ר אײנװאנדערונג. די עמיגראציע־פראגע דארף דעריבער ערנצט און גרונטיק געפארשט װערן ניט בלויז אין איר געשיכטלעכער אנטװיקלונג און ניט בלויז מחמת איר קאלאםאל װאגיקער ראלע אין אונדזער פארגאנגענהײט, נאר אויך מהמת די קאמפליצירטע און שװערע פראבלעמען, װאם זײנען מיט איר פארבונדן אין דער איצטיקער צײט. מיר װעלן דעריבער דער עמיגראציע־פראגע שענקען א גאר גרויםן אויפמערק, אויםמײדנדיק, פארשטײט זיך, יעדע פאליטישע פא־ לעמיק און יעדן פאליטישן צוגאנג צו דער דאזיקער ברענענדיקער פראגע. די יידישע םאציאלע הילף האט נאך דעד מלחמה אנגענומען אזעלכע מאםן און אנגעהויבן שפילן אזא װיכטיקע נאציאנאלע און נאציאנאליזירנדיקע ראלע: זי איז געװארן א װירקעװדיקער בינדפאקטאר צוױשן יידן §ון די צעװארפענע לענדער און צװישן סאציאלע גרופעם, װאס האבן צװישן זיך פמעט גאר קײן שותפותדיקס ניט — ניט שפראך, ניט קולטור בכלל און קײן שום עקאנאמישע באציונגען — אז זי פארדינט בלהי ספק א םך מער אױפמערק 8ון אונדזער װיםנשאפט, װי דאם איז געװען ביז איצט. סאציאלע הילף האט א טאפלטן פניס: דעם באדן, אױף װעלכן ס׳װאקסט אױס די נויט, או־ן די מאסע, װאם דארף אנקומען נאך הילף און שטיצע אין דער אדעד אין יענער

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.