Di Yidishe eḳonomiḳ
- Journal
- Di Yidishe eḳonomiḳ
- Volume
- 1 (1937)
- Issue
- 1 (מיי)
- Date
- 1937-05-01
- Page
- Seite 6 (sequence 9)
- Language
- Yiddish, English
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 76% known words query
- IRI
…/3771019-7564090-7564096--0011-3771029- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
אונדזערע אוי3ג#בעם *ון *ילן 6 3ארפ$ 8ון דעד צװײטעד זײט די ארגאניזאציעם, װאם שטעלן צו ךי דאזיקע הילף, די מעטאדן, װעלכע זײ װענדן אן און די דערגרײכטע רעזולטאטן. בײדע זײטן פון דער דאזיקער דערשײנונג מוזן ערנצט שטודירט װערן — אונדזער ארגאן װעט זיך ב$מיען באלײכטן אויך די דאזיקע פראגע אביעקטיװ און װיםגשאפטלעך. מיר קאנען ניט אויםרעכענען אלע פראבלעמען, װאס װעלן באהאנדלט װערן אין ״דער יידישער עקאנאמיק״. אבער דאס דארף ניט אויסגעטײטשט װערן װי אן איבעדשאצונג פון די אױפגעצײלטע פראגעס און א ניט־דערשאצן די ניט אױםגערעכנטע; ס׳װאלט אויך געװען פאלש ^די פארקערטע אויס־ טײטשונג: אז מיר האבן געמוזט זיך אפשטעלן אויף די ספקדיקע פראגעם און האבן געהאלטן פאר איבעריק צו דערמאנען זעלבםטפארשטענדלעכע זאכן, װי קולטור־םטאטיםטיק, באפעלקערונג־סטאטיסטיק וכדומה. מיר האבן פשוט אנגע־ רירט יענע פראגעס, װאס זײנען קאמפליצירטער און פארװיקלטער. אין הםפם מיט אונדזער צוגאנג צום ילדישן פאלק, װעלן מיר זיך בא־ מיען צו ארגאניזירן דעם מאטעריאל דער עיקר לויטן הוכן, לויט די טעמעם און װײניקער לויט די לענדער. דער נאמען פון אונדזער נײעם ארגאן הײםט: ,די יידישע עקאנא־ מ י ק״, אבער דאם הײסט ניט, אז מיר שליםן אױס ארטיקלען װעגן אלגעמײנע עקאנאמישע פראגעס. דער קלײנער פארמאט פון זשורנאל און די מאסע מא־ טעריאלן פון יידישן לעבן אין דער גארער װעלט מאכן פשוט אוממעגלעך אפצוגעבן א םך אדט פאר אלגעמײנע עקאנאמישע פראגעם, װי װיכטיק דאס זאל ניט זײן און װי שטארק מיר זאלן דאט ניט װעלן. ביי דער ערשטער מעגלעכקײט אבעד, בײ דער ערשטער פארגרעסערונג פון זשורנאל, מוז און װעט דער דאזיקער בלײז פארפולט װערן. די שטענדיקע אפטײלן פון אונדזער זשורנאל װעלן זי_ין: 1. ארטיקלען װעגן יידישע םאציאלאגישע, עקאנאמישע און םטאטי־ סטישע פראגעם. 2. םטאטיסטישע נאטיצן: א. ביאטיק, ב. עקאנאמיק, ג. קולטור, ד. קרימינאליםטיק, ה. פארשײדנם. 3. ביבליאגראפיע. רעדאקציע