Di Yidishe eḳonomiḳ
- Journal
- Di Yidishe eḳonomiḳ
- Volume
- 1 (1937)
- Issue
- 1 (מיי)
- Date
- 1937-05-01
- Page
- Seite 4 (sequence 7)
- Language
- Yiddish, English
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 77% known words query
- IRI
…/3771019-7564090-7564096--0009-3771027- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
אונדזעלע אויפגעבעם און צי$ן 4 פרט גאר גרױסע זאכן. אבער מיר גלײבן, אז בײ א םיםטעמאטישער ארבעט און בײ א גוט פונקציאנירנדיקן צענטער קאן מען באקומען דורך דער פר§־> װינץ־-אינטעליגענץ א גאנץ װערטפולן מאטעריאל. אונדזער קליינע פראקטיק פון לעצטן װינטער גיט אונדז דאם רעכט צו זײן גאנץ אפטימיםטיש אין דעם פרט״ אונדזער ציל איז צו האבן אין יעדן לאנד אין א גענוג גרויםעד צ$ל ישו5ים שטענדיקע אבםערװירערס־קארעספאנדענטן. דערציען א שטאב מיט־ ארבעטער, װאס זאלן קאנען דורכפירן אנקעטעס אויף די ערטער, צושטעלן לױט א סכעמע אויםגעארבעט אין צענטער יערלעכע באריכטן — װעט זײן אײנע פון די װיכטיקםטע אויפגאבעס פון דעם נײ געשאפענעם ארגאן. די םכעמע װעט אװדאי דארפן װארײרט װערן לויט די באדינגונגען אין פארשײדענע לענדעד. אבער מיט דער גרונדטענדענץ אײנצוהאלטן א גענוגע אײגהײטלעכ־ קײט, פדי צו קאנען די מאטעריאלן פאראײניקן און פארגלײכן צװישן אנאנד״ פון דעם געזאגטן איז קלאר, אז פאר אונדזער ארגאן עקםיםטירן גיט קײנע גרענעצן — ניט געאגראפישע, ניט פאליטישע און ניט קולטורעלע. אונדזעד אביעקט איז דאס גאנצע יידישע פאלק אין זײן אלװעלטלעכן פארנעם. אלץ װאם קומט פאר בײ יידן, אין פיילן צי אין קובע, אין ארץ־ישראל צי אין ראטן־פארבאנד, אין רומעניע צי אין מעקםיקע — אויף װיפל ס׳איז נאר מאטעריאל פאר עקאנאמיש־םטאטיפטישער װיסנשאפט, — געפינט עם אן ארט אין .דער יידישער עקאנאמיק״. אלע טײכן פליסן אין ים ארײן, אבער די טײכן זײגען ניט בלויז 5ון פארשײדענער גרײס, נאר אױך פון פארשײדענער קראפט און פארב. מען קאן דעריבער ניט פארגלײכן די 400 טױזנט יידן אין ארץ־ישראל מיט די 400 טויזנט אין אונגעדן, װי מען קאן ניט צוגלײכן די 20 טויזנט יידן אין אורוגװאי צו די 20 טויזנט יידן אין בירא־בידזשאן. און מען קאן אויך ניט פארגלײכן די פראגעס און פראבלעמען פון די זעקס מיליאן יידן פון מיטל־ און מזרח־אײראפע (פוילן, רומעניע, אונגערן, טשעכאסלאװאקײ, עסטרײך און דײטשלןןנד) מיט די פראגעס און פראבלעמען פון די פינף מיליאן יידן 5ון אמעריקאנער קאנטינענט. זײ זײנען טאקע אלע מיטגלידער פון יידישן פאלק, אבער פון פארשײדענער קװאנטיטאטױוער און קװאליטאטױוער װ§ג. אין לעבן פון יידישן פאלק שפילט די עמיגראציע א גרעסערע ראלע װי אין לעבן פון װעלכן ס׳ניט איז אנדער פאלק. פאר די לעצטע פופציק יאר האבן אױסגעװאנדערט פון אײראפע מער פון דרײ מיליאן יידן. ם׳זײנען געשאפן געװארן אין די אײנװאנדערונג־לענדער נײע צענטערס, װעלכע פרע־ טענדירן, און מיט רעכט, אױף איבערצונעמען די העגעמאניע אין יידישן לעבן. אין דער צײט פון פרײער באװעגונג פון םחורות און קאפיטאלן איז אויך די באװעגונג פון מענטשן געװען פרײ. אין דער פרײער װאנדערונג האבן זיך אין דער פולער מאס געקאנט אנטפלעקן די אימןןנענטע טענדענצן