Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1924-01-01 · העפט 6 · p. Seite 6

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1924
Issue
העפט 6
Date
1924-01-01
Page
Seite 6 (sequence 12)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
71% known words query
IRI
…/9583346-10433024-9581570--298-9581582
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

די בלום אין דער האנט אנטפלעקט אין א־ם דעם ליריקער- װעלכער לוישט נאך שטימונגס־װעקנדיגע באציהונגען/ פאר װעמען ס׳איז ליב גראד דאס פלאנצהאפטיגע״ די נאטירליכע׳ װײכע געשװאונגנהײט פון דער פארם- װעלכע ער האט מורא ער זאל ניט פארגעוואלטיגן״ אויב ער וועט מוזן זי אריינ־ צװינגען אין שטארע אפגעצירקלטע קאנטורן. א קלײנער פרט״ וױ דער רויטער טולפאן אויפ׳ן פארטרעט פונ׳ם דיכטער, דערצעהלט אונז שוין אסך פון דעם אופן״ װי אזוי דער קינסטלער באטראכט. ער שטרײכט אונטער אין איר ניט דאס הארטע״ אפגעהאקטע״ אזוי װי ס׳איז דער הײנטיגער אופן צו זעהן ׳זינט װאן־גאג״ נאר די צירליכע געשװאונגענהײט פונ׳ם צװיט״ פון די בלעטער״ פונ׳ם שטענגעל״ א געשװאונגענ־ הײט״ װעלכע נעמט אבער אויך ניט אן קײן שטארק אויס־ געלאדענע״ קראמפהאפטיגע פארמען״ נאר איז געמעסיגט דורך א שטרענגען צוג איבער׳ן װערטיקאל״ װעלכער מאכט בולט די מיטל־אקס פונ׳ם בילד• צי דערמאנט דאס ניט די גוט־אפגע־ װאויגענע ריטמען פון די סימבאליסטן״ זײערע קונסטפולע פערזן׳ װעלכע װירקן אויך אזוי אײנגעהאלטן־געבונדן? די שלאנקע״ צירליך געשפרײזטע פינגער״ די רעגלמעסיגע כװאליעס פון די האר״ אלעס העלפט מיט׳ די דיכטער נשמה צו כאראקטעריזירן״ װעלכע לעבט זיך אויס אינ׳ם הארמאנישן װאױל־קלאנג• זיך אלײן האט דער קינסטלער אנדערש געזעהן• אין זײן זעלבסט־פארטרעט איז ניטא גאר ניט פון עסטעטישער האלטונג: א שמערצהאפטיגע׳ קראמפהאפטיגע שפאנונג שטרענגט אן זײנע געזיכטסציגע׳ די אקסל און די הענט• מ׳שפירט עס גלײך: דער דאזיגער מענש איז אינגאנצן זעהן׳ זשעדנע אויפ־ נעמען׳ װעלכעס װעט יעדער רגע פארװאנדלט װערן אין פיבערהאפטעס שאפן• דער קלאסיש געפיהלטער קאפ פון דער שװעסטער מיט זײנע װײכע רונדע ליניעס׳ מיט זײן באקוקנדיגן בליק״ דערמאנט אבער די זיסע פרויען־געשטאלטן פון דער צײטיגער איטאליענישער רענעסאנס און רופט ארויס באגליקנדע הארמאניען׳ װעלכע מילדערן א ביסל די לײדנ־ שאפטליכע שפאנונג פון דער צענטראלער פיגור. אלס שטרענגער פוריסט קאן זיך נאך א גלוסט טון׳ צו באצײכענען אלס חסרון א געװיסע ניט־אויסגעגליכנקײט אינ׳ם דעטאיל. אוגזער הײנטיגער פארבן־זין״ װעלכער געהט אין אנדערע װעגן און איז צום טײל אפילו שוין אטראפירט״ פארלאנגט א גרעסערע פשטות אין דער פארבן־געבונג♦ דאס שימערירנ־ דיגע און פלאטערנדיגע איז ניט מעהר לויט אונזער געשמאק. זאל מען אבער באדענקן״ אז מיר האבן דא צו טון מיט בילדער״ װעלכע זײנען שוין פארהאנען״ און אינ׳ם לעבן פון אונזער דור באטײטן דען ניט אט די לעצטע פאר יאר א גאנצע עפאכע? גליצענשטײן איז נאך זעהר ױנג״ אין די צװאנציגער״ און כאטש ער דארף ניט געהן דעם װעג״ װעלכער האט גע־ פיהרט אנדערע איבער׳ן קוביזם״ זוכנדיג נאך א פעסטערער אנגעצויגענערער פארם״ - א סך האט אים די נאטור געגעבן׳ װעלכעס באפרײט אים פון דער פלאגע פון די לערן־יארן״ - קאן דאך פאר אים האבן א װערט מאנכעס פון די דער־ גרײכונגען פון דער צײט״ באזונדערס אין גבול פון דער מעטריק״ פון דער לעהרע װעגן גלײכגעװיכט. רחל װישניצער־בערנשטיין אויף מקנא צו זײן? אײנער״ װאס װײסט א טאלק אין די קונסט־ טעאריעס פון אונזער צײט״ צי װאלט ער דא ניט גענומען זיך גריבעלן און חקר׳נען? דען ס׳איז דאך ניט אזוי גאר שוין קלאר אהן טענות״ אז אין דער נאטור איז פארהאנען אויך אחוץ דעם מענשליכן שאפן דערשײנונגען״ װאס קאנען א קינסטלערישן װערט האבן. גליצענשטײן׳ כאטש א ײד״ גריבלט ניט אזוי פארצװײפלט אינטענסױו. ער לעבט אין אומפראבלעמאטישער פשטות׳ אונטער א גליקליכן הימעל׳ װאו דעם קינסטלער װערט ניט פארדארבן די פרײד פונ׳ם זעהן דורך צופיל םפעקולירן״ װאו די נאטור איז נאך פאר אים א ארגאנישעס געבילד און ניט שוין צו א פונאנדער־ לעגבארן באגריף געװארן. דער מענש׳ װעמען גליצענשטײן׳ס װערק איז געװידמעט״ איז אויך א שטיק פון דער ארגאנישער נאטור״ װעלכעם געהערט ארײן אין דער מיט״ ניט קײן געאמעטרישע אפגע־ צירקלטע פיגור װי פון א מאשין״ נאר עפיס א זוינס װי א געװיקס׳ װי א בוים״ װעלכער לעבט בשותפות מיט דער ערד אין װעלכער ער איז פארװארצלט״ מיט דער לופט״ װעלכע נעהרט אים• אין דעם דאזיגן פארהעלטניש זײנעם צום מענשן האט גליצענשטײן א קנאפע שײכות צו די מאדערנע״ דען דיזע געהן אויס דרויף״ פארצושטעלן דעם מענשן אלס עפיס״ װאס איז אינגאנצן ארויםגעריסן פונ׳ם נאטירליכן צוזאמענהאנג״ אלס א זאך״ װאס איז אין זיך גופא באגרעניצט״ א אפגע־ שלאסענעס גאנצע• א מין בודא־געשטאלט״ װאס איז פאר־ זונקן אין זיך זעלבסט׳ א קוביש שארף ארומגעצײכנטער בלאק״ עפיס מעהר פלאסטיש׳ אײדער מאלעריש געזעהענעס׳ איז דער מענש אין די געשטאלטונגען פון די מאדערנע. גליצענשטײן איז אבער נאהנט צו יענע״ װעלכע טונקן אלעם אין א װיברירנדער אטמאספערע״ װעלכע ציהן ארײן די סביבה אין זײער באטראכטונג״ װעלכע װײסן ניט פון געצװאונגענע אבסטראקציעס אין א לופט־לײדיגן חלל. דאס װיל ניט זאגן״ אז ער שטעקט אין אימפרעסיאניזם״ װעלכער צעטײלט ליכט און שאטן״ פארב און ליניע אין טויזנטער שפליטערן. זײן פארם איז פיל אנגעצויגענער״ אײדער די פון די אימ־ פרעסיאניסטן״ אבער זי איז פארט װײט פון דער סכעמאטי־ זירונג״ אזוי װי זי װערט דורכגעפיהרט בא די הײנטיגע. דער הינטער־גרונד איז נאך פאראים עפיסאזוינס״ װאס איז פאר־ װאכסן מיט׳ן פארגעשטעלטן אביעקט. באטראכט נאר אינ׳ם פארטרעט פונ׳ם רויט־האריגן פאעט״ די בלוי־גרוי־זילבעריג בלישטשנדיגע״ מיט רויטליכע רעפלעקסן אויפפלאקערנדיגע פלאסטיק אויף לינקס״ װי אפגעװאויגן זײ זײנען אקעגן דעם רויט פונ׳ם קאפ״ אקעגן דעם גרין און בלוי פונ׳ם אנצוג און װי װידער אויך אויפ׳ן פנים חזרט זיך איבער דאס גרין אין די רע־ פלעקסן• יעדער טאן אין דער פיגור האט זײן אפענפער אינ׳ם הינטער־גרונד און װידער צוריק. אויף דעם זעלבסט־פארטרעט מיט דער שװעסטער שלאגט דעם ערשטן טאן די קנאל־רויטע נעלקע און ער פלאנצט זיךאריבער אינ׳ם גליהנדיגן רויט פונ׳ם האלז־אויסשניט״ פון די הענט״ פון די װאנגען״ און ער שלאגט זיך אפ אין זײן קאנטראסט״ אינ׳ם קיהלן גרוי־גרין פון די שאטנס• שוין דער אופן״ װי אזוי גליצענשטײן גיט זײן מאדעל 6

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.