Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1923
- Issue
- העפט 5
- Date
- 1923-01-01
- Page
- Seite 40 (sequence 46)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 72% known words query
- IRI
…/9583346-9583349-9581522--284-9581569- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
דער נײ־ײדישער ליטעראטור׳ װאם ער האט אונז צוגעשיקט נאך באם לעבן׳ און צום באדויערן קומט אונז אוים׳ אים אפצודרוקן שוין נאך זיין טויט• אלם מענש׳ אלם ציוגיםטישער עםקן און אלס שריפטשטעלער׳ האט ער זיך ערווארבן ליבשאפט און אכטונג און א שם־טוב׳ װאם װעט אויף לאנג פארבלײבן• י01ף זיידענבייטל — א ױנגער יידישער קינםטלער — איז געשטארבן דא ניט לאנג אין װארשוי• דער פארשטארבענער איז אלט געװען איגגאנצן 29 יאר און האט זיך שוין אויםגעצײכנט אלס טאלענטירטער קינםטלער• ער האט געהאט זײנע אויםשטעלונגען אין דער ״זאכענטא שטוק־פאלםקיך״׳ און אין ײדישע אויסשטעלונגען• הויפטזעכליך האט ער זיך געװידמעט דער גראפיק• ר• ו• ליטעראוײשע נײעסי — דער ״ײדישער ליטערארישער פאר־ ל א ג״׳ שטעלט זיך די אויפגאבע ארױם־צוגעבן די באדײטנםטע װערק פון דער נײםטער ליטעראטור און באקאנען מיט די נײע שטרעמונגען אין פאעזיע און פראזע• אין דער ערשטער םעריע ביכער׳ װאס דער פארלאג האט איצט ארוים־ געלאזט׳ געהן אריין: י• אפאטאשו — ״פארלױרענע מענשך׳ א ראמאן פון ײדישן לעבן אין אמעריקא; דער נםתר - ״געדאכט״׳ צװײ בענד מעשױתן צװײ בענד פונ׳ם ײנגן דיכטער ל• ק װ י ט ק א - ״גרין־גראז״ (לידער) און ״פאלק״ (לידער פון דער פאגראם־צײט) •, א בעלעטריסטישע־פילאזאפישע דער- צעהלונג פון א• ש נ י א ו ר ם א ן - ״חײמ גראװיצער״ (פון דער חב׳דישער װעלט• עם גרייטזיך צום דרוק: ח• ברענער — ״8רום א פינטעלע״ (מסביב לנקודה)׳ איבערגעזעצט פון ב• םלוצקי; צװישןדער םעריע פון דער מאדערנער אײרא־ פעאישער ליטעראטור דערשײנט דער נײער ראמאן פוןבערנארד קעלער־ מאן - ״דאס געשעהעניש״׳ גלײכצײטיג מיטץ דײטשן אריגינאל׳ איבער־ געזעצט פון כתב־יד• די גרעסטע אויפמערקזאמקײט לײגט דער פארלאג אויף געשיכטע און מעמוארן• ער איז צוגעטראטן ארויםצוגעבן דאם נײע קאפיטאלע װערק פון ש• ד ו ב נ א ו ו - ״די געשיכטע פון דעם ײדישן פאלק״ (פון די אלטע צייטן ביז אין דער לעצטער צײט) אין 10 בענד׳ װאס װערט איבער־ געזעצט אונטער דער רעדאקציע פון מחבר דורך נ• שטיף׳ ז• קאלמאנא־ ו ו י ט ש און מ• ו ו י י נ ר י י ך• עם הויבן אויך אן דערשײנען א רײע זאמל־ביכער: ״אין דער תקופה פון דער רעװאלוציע״ (זכרונות׳ מאטעריאלן׳ דאקומענטן פון דער רעװאלוציאנם־צײט) און ״פנקם אוקראינע״ — זאמל־בוך װעגן גע־ שיכטע און לעבן פון ײדן אין אוקראינע• צו דער סעריע געהערט טײל־װײז אויך דאס דערשײנענע בוך פון ד ו ד ק א י ג ע ן - ״אין שטורם פון געשיכטע״ (ארוים־געריםענע בלעטליך פון טאגע־בוך 1914-1921). ם׳זײנען אויך דערשינען אינטערעםאנטע מעמוארן פון א ײדישן קאלאניםט׳ אונטערן נאמען ״30 יןןר אין ארגענטיניע״׳ פון מ• אלפערםאן• ״אלבאטראם״• — צײטשריפט פאר ױנגער ײדישער דיכטונג און קונםט׳ אונטער דער רעדאקציע פון אורי צבי גרינבערג• די צײטשריפט׳ װעלכע האט אנגעהױבן צו דערשײנען אין װארשא׳ און איז פאר ״גאט־לעםטערונג״ פון דער פוילישער רעגירונג קאנפיקסירט.געװארן׳ האט זיך איצט אריבער־געטראגן קײן בערלין• אין דעם נאר־װאס דערשינענעם העפט דערהויבן זיך איבער דעם גע־ װעהנליכן ״פוטוריסטישך׳ ליטערארישן און מאלערישן שטאף צװײ אויפזעצן (אײנער אין געדיכט און אײנער אין פראזא) פון אורי צבי גרינבערג׳ פון װעלכע עס הערט זיך א גאנץ נײער י י ד י ש ע ר טאן׳ א גאנץ נײע מין אויפפאםונג פונ׳ם ײדישן גורל און פון זײן לאגע צװישן די פעלקער פון אײראפע• דער טאלענטפולער דיכטער געפינט ניט קײן נחמה אין אלע גאנגבארע טעאריעם װעגן ײדישער געגנװארט און צוקונפט• אים דריקט און װארגט דאם ״צלם׳דיגע מלכות״ פון אײראפע׳ ער װיל פון דעם אנטלויפן׳ זײ מוחל זײן זײער ״פראק און צילינדער״ - ״דאם אײנציגע׳ װאם ער האט פון אײראפא״׳ איז אבער דער אומגליק׳ װאם אויך די האלבע לבנה ״שנײדט װי א םערפ״... דער אראבער איז ניט אונזער ברודער׳ נאר דעם נוצרים׳ מיט אים זוכט ער זיך צו פארשטענ־ דיגן׳ און װעט זיך פארשטענדיגן• דער ײד אבער איז אײנזאם׳ אײנזאם אין דער גאנצער װעלט מ׳מעג האבן װעלכע מײנונג מ׳װיל װעגן פוטוריזם׳ אין אלבאטראס זײנען אבער אנטהאלטן טענער און געפיהל־אויםדרוקן׳ װאם װירקן אױףץ לעזער דער־ פרישנד אין אונזער ביזץ העכםטן גראד לאנגװײליג געװארענעם ליטערארישן װעלטל• א שלעכטן אײנדרוק מאכט דער איבערפאל אויף דער ײדישער קריטיק אין פערזאן פון בעל־מחשבות׳ בעל דמױן־און ש• ניגער׳ װעלכער קלינגט אוים כמעט אין פערזענליכע זלזולים• מיר מײנען׳ אז אויך אין ״פוטורום״׳ װעט מען מוזן אײנהאלטן א ביםל דעם יצר־הרע׳ און אפהיטן געװיםע געבזןטן פון ןןנ־ שטענדיקײט אין דער ליטערארישער פאלעמיק• ק• א בארימטער פראנצויזישער קריטיקער זאגט אין אנ׳ארטיקל אין ״קוינסט־בלאט״׳ אז דײטשלאנד קען עד הױם ניט דעם קוביזם. מיט דעם זעלבן רעכט קאן מען זאגן׳ אז זי קען ניט אויך אלע יענע שטרעמונגען׳ װאס זײנען געװען אונמיטלבאר פארץ קוביזם• דער פוסטער ארט אין דער דײטשער קונםט איז אנגעפילט גע־ װארן מיט אלערלײ םוראגאטן פון אימפרעםיאניזם און עקםפרעםיאניזם• דאם איז געװען די רעאקציע פון דער אינטעליגענטישער קונסט א קעגן דעם געפענטעטן קאזארמע־גײםט׳ װאם האט געהערשט אין דײטשלאנד ביז דער איבערקערעניש. די נײע דײטשע קונסט שליםט זיך אן צו דער קונםט פון אירע שכנים׳ צו דער 'רוםישער און פראנצויזישער׳ און באמיהט זיך ארויםצוקומען פון דער זאק־גאם. צװישן די דײטשע קינםטלער׳ װעלכע האבן שוין גובר געװען דעם ״מאדערניזם״ פון דער נאציאנאלער קונםט׳ דערציהענדיג זיך אויף די טראדיציעם פון דער פראנצויזישער מאלערײ׳ פארדינען דערמאנט צו ווערן: פריטש׳ װעלכער ארבעט אונטער דער שטארקער השפעה פון הענרי רוםא׳ און שמידט׳ װעלכער האט אױםגעשטעלט אײניגע זעהר געראטענע נאטור־מארטן. ב• מ. דער ױנגער קינסטלער א פאלוקסט האט מיט זײן אויםשטעלונג אין דער בוכ־ האנדלונג ״עבר״׳ װאם איז פארגעקומען דא ניט לאנג׳ באװיזן א שטארקן קינםטלערישן װילן• זײנע ארבעטן - צײכנונגען׳ ראדירונגען און ליטאגרא־ פיעם — באהאנדלען נאר עטליכע װעניגע מאטױון׳ צו װעלכע דער קינםטלער קומט עקשנװדדיג אלע מאל צוריק׳ כדי זײ װידער פון ם׳נײ נאך אײנדרינגליכער צו געשטאלטן. דא זײנען זײנע ״ריכטער און אנגעקלאגטע״׳ װעלכע ער זוכט צו לעזן אלס ליכט־פראבלעם׳ אויף קלײנשטאט־בילדער און פארטרעטן. בא־ זונדער געראטן זײנען אײניגע בלעטער׳ אין װעלכע ער באװײזט מיט גאגץ קארגע מיטלען׳ מיט א פליכטיגער׳ אבער זיכערער שטריך־פיהרונג׳ צו פאקן א באװעגונג• װעניגער גוט זײנען די מעהר־םילועטנהאפטיגע׳ ליניאר גע־ האלטענע ראדירונגען. אין ירושלים האט ה׳ אבעל פאן אויםגעשטעלט הײנטיגן פםח זײנע צײכנונגען פון דער ביבל. דאם זײנען די ערשטע 50 בילדער פון א גרויס־פארמאסטענער ארבעט צו אילוסטרירן דעם תנ״ך׳ און דערבײ אײנהאלטן דעם קאלאריט פון נאטור און מענשן׳ װעלכן מ׳קאן נאר אין ארץ־ישראל זעהן׳ און דעם נאציאנאל־ ײדישן גײםט פון דער ביבל. אלקנה אדלערם ביבליאטעק אין לאנדאן איז פארקויפט געװארן צו דעם אמעריקאנישן ײדיש־טעאלאגישן סעמינאר אין נױ־יארק. בעזונדערס װערטפול זײנען אין; אט דער ביבליאטעק די האנטשריפטן פון די פערזישע ײדן און די כתבי־יד פון דער ״גניזה״ אין קאירא• דאם נױ־יארקער םעמינאר האט צו פארדאנקן פאר דער דאזיגער בארײכערונג איר פרעזידענט׳ ד״ר סירום אדלער אוןדעם ביבליאטעק־פיהרער׳דעם אריענטאליםטן פראפעםאר אלעקםאנדער מארקם• די מיטל דערצו האבן געגעבן מארטימער ל. שיף און אנדערע• צװײ בילד־פראבן פון א• אדלער׳ם כתב־יד זאמלונגען׳ װעלכע שטעלן פאר שמשון־הגבור אלם לײב־באצװינגער (פונ׳ם קארפירער מחזור 1717)׳ און ױםף מיט זליכה׳ן (פון א פערזיש־ײדישן כתב־יד׳ זעה זײט 7)׳ ברײנגען מיר אין דיזן העפט• דאם בילד װעגן ױםף און זליכה׳ איז גענומען פון דער פאעמא פוג׳ם בא־ רימטן פערזישן דיכטער דזשאמי׳ װעלכער איז יארהונדערטן ארומגעגאנגן אין אפשריפטן און פון פארשײדענע פערזישע אויטארן אויםגענוצט געװארן אלם שטאף. מ׳קאן עם ערשט דאן ריכטיג אפשאצן׳ װען מ׳שטעלט עם זיך פאר אין דער גאנצער פראכט פון די פארבן׳ װעלכע עם פארמאגט דער אריגינאל• די בלאם־ציגל ־ רויטע ארכיטעקטור אויף רעכטם אויבן׳ הויבט זיך ארוים פון א אספאלטפארביגן גרונד׳ די שענע זליכה טראגט א מאט־גאלדן מלבוש מיט א בלויען שלײער׳ די קלײנע געשטאלט הינטער איר איז אין געל מיט רויטע אומריםן און טונקל־ציגעלרויטער קאפ־באדעקונג• דער מענש אונטן טראגט א װײםן טורבאן מיט גאלדפארברײמונג׳ א פורפורנעם בגד• די װאנט הינטער אים איז ברוין מיט א גרינליכן מוםטער• דער״ פארטרוימטער ױםף אויף לינקם פלאמט אין שארפן ציגלרויט אויף א פורפורנעם הינטערגרונד און ראזע טעפיך. אונטן דאם מאטע גאלד פון די װאזן און דאס בלאםע גרין פון די גירלאנדן• דער קופאל איבער דעם בילד׳ װעלכע דארף באטאנען די געשטאלט פון ױםף׳ן׳ איז אםפאלט־גרוי מיט א שװארצליכן ליניען־מוםטער און גאלדענע פונקטן. סענאטאר ד״ר מאקם בינענשטאק.-איןלעמבערגאיזגעשטארבן דער ײדישער םענאטאר׳ פראפעםאר ד״ר מאקם בינענשטאק• דער פארשטארבענער איז געװען א הײםער פרײנט פון דער ײדישער ליטעראטור׳ װעלכער ער הזןט אפגעגעבן אםך פון זײן צײט און פון זײן ענערגיע אלםשריפטשטעל ער און קריטיקער. אין קינפטיגן העפט וועט דער לעזער געפינען זײן ארטיקל איבער 40