Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1923
- Issue
- העפט 5
- Date
- 1923-01-01
- Page
- Seite 16 (sequence 22)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 70% known words query
- IRI
…/9583346-9583349-9581522--260-9581545- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
אלס בליהענדעס לעבן• עס קאן גאר ניט שאדטן- אז מיר זאלן זיך אזוי אפט װי מעגליך לאזן עפיס לערנען פונ׳ם מזרח- אז מיר זאלן זיך באמיהן צו באגרײפן די יסודות פון דער װײט־מזרח׳שער גײסטיגקײט. דאס הײסט כלל ניט נאכטון דעם מזרח. שוין צװײ מאל אין פארלויף פון די יארהונדערטע האט מזרח־אזיע שטארק באפרוכטעט אונזער אײראפא״ אין דער תקופה פון ראקאקא״ װעלכע װאלט אהן כינא גאר ניט געקאנט געמאלט זײן׳ און אין 19־טן יארהונדערט״ בשעת דער אימפרעסיאניזם האט באקומען פון יאפאן אנטשײדנדע אנרע־ גונגען. אין גרונד איז אײגנטליך די כינעזישע קונסט גיכער דער היפך פונ׳ם שפילערישן ראקאקא׳ פונקט אזוי װי די יאפאנישע מאלערײ איז דער היפך פונ׳ם ערשײנונגס־ פרײליכן׳ בײ דער אויבערפלאך זיך האלטנדיגן׳ אימפרע־ סיאניזם• מיר מײנען׳ אז מיר פארשטעהן הײנט בעסער װי אונזערע טאטעס דעם קונסט־װילן פון מזרח־אזיע אין זײן באזעלטער אויםדרוקס־באטאנטקײט׳ אין זײן גרעסערקײט פון דער נאטור און אין זײן אײנציגער רײנקײט פון די קינסטלערישע מיטלען. לאמיר ה^פן׳ אז אונטער דער װירקונג פון דעם ענדליך בעסער דערקענטן װײטן מזרח װעט בײ אונז אויסװאקסן א קונסט לכל הפחות פון אזא עשירות און קראפט׳ װי ראקאקא און אימפרעסיאניזם. ו ויל יאם קאהן פארשטעהן די מזרח־אזיאטישע קולטור און איהר קונסט• אין מזרח־אזיע איז דער אױסדרוק• די באזעעלונג, אלע מאל געװען דאס ציל פון יעדן קינסטלערישן ראנגלען. קײנמאל׳ אדער ערשט אין די לעצטע יארהונדערטן׳ אונטער דעם אײראפעישן אײנפלוס׳ איז דאס דאזיגע שטרעבן אראפגעפירט געװארן פונ׳ם װעג דורך נאטוראליסטישע צילן• די אײרא־ פעישע קונסט איז געװען אין די אלטע צײטן׳ און דאן װידער זינט דער רענעסאנס׳ װעלכע האט נאך אמאל געלאזט אויפפלאטערן די פאהן פון אלטערטום׳ אלע מאל נאטורא־ ליסטיש אין איר יסוד• יעדעס אײראפעאישע געמעל זינט דעם 15־טן יארהונדערט װירקט׳ װען מ׳פארגלײכט עס מיט א װײט־מזרח׳שן׳ כמעט מאוימדיג נאהנט צו דער װירקליכקײט. ערשט אין דער נײסטער צײט הויבט מען אן צו פיהלן די דאזיגע פענטע פון ניט־קינסטלערשקײט און מ׳פארנעמט זיך זי צו צערײסן. אפשר איז עס שוין אזא גורל אויף דער מערב־װעלט זי זאל קײנמאל ניט קאנען זיך אינגאנצן בא־ פרײען פון דעם שנײדנדיגן דרוק פון דער קאלטער װיסנ־ שאפטליכקײט• אלעס׳ װאס מ׳האט אין דיזן קאמף צוגעטראכט נאר אויפ׳ן גרונד פון אויסגעקליגלטע טעאריעס׳ עקספרעס־ יאניזם׳ קוביזם׳ פוטוריזם׳ סימבאליזם׳ - דאס אלעס האבן זײ שוין לאנג פארמאגט אין אינדיע׳ אין כינא׳ אין יאפאן׳ װי א מתנה׳ אראפגעפאלן פונ׳ם הימל׳ ניט אלס טעאריע׳ נור דער ארויספאר פון דער פרינצעסין מאלעריי אויף זייד אומבאקאנטער קינםטלער פון דערצ יט טשאא־טשון פון דער ױאן־דינאסטיע מזרח־אזיאטישע קונסטאפטיילונג אין די בערלינער מוזעאומם 33^ 1~':€ * 1 *־*< 0^; (57¥^א0¥ £7157\׳ א£\0א>1אס >1_511 א0 ס7£א1^£ אסא0 0^01-1 0£55א£1? 1£־71 07 ז\ט5£ס1\ א[8£££ 79£ 0£ א5£0710 4£7 4514710 £457 717£ 1\££0 16